27 Adar 2 - כז אדר שני

 

כז אדר ב

משיחת אאמו"ר: חטא בני אהרן הי' בקרבתם לפני ה' וימותו, רצוא בלי שוב.

דער אמת איז אז מ'קוקט לפני ה' דארף זיין תטהרו, ריין און קלאהר, עס מוז זיך דערהערען אין מעשה בפועל, כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה ביותר, ורצוא בלי שוב, היא מיתה.

ועל זה בא ציווי ה' אל משה (ויקרא טז ב) שיאמר לאהרן, אותיות נראה, ובכחות הנפש הוא השכלה, לאמר, בשביל לבוא אל הקדש גם מבית לפרוכת שהוא לפני הצמצום, דארף מען וויסען אז על הארן, אותיות נראה, השכלה, איז פראן א כפורת, א כוונה פון א פארשטעל, וואס דאס איז דער פני הכפורת, אשר על כן ולא ימות, זאל מען ניט בלייבען באם רצוא אליין, כי בענן אראה על הכפורת, דער צמצום הראשון איז כוונתו הגילוי, און דער מבוא צו דעם איז דער ואל, ביטול עצמי, טאן וואס חסידות הייסט, ניט דאס וואס דער שכל זאגט, דאן איז יבוא אל הקדש.