Letter # 2623

אדר"ח אייר, תשי"ד

2623 - I am surprised that your family decided not to have a mechitza at the wedding.

I only agreed to this match based on the expectation for the maximum blessings of Hashem.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, אדר"ח אייר, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט די פערשידענע קלאנגען וועלכע האבען דערגרייכט צו מיר און וועלכע וואונדערן מיר זייער, איז ניט רעכענענדיק זיך מיט מיינע פילע טרדות, שרייב איך די פאלגענדע שורות.

לויט ווי מען האט מיר איבערגעגעבען (און וואס איך האף אז סוף כל סוף וועלען זיי זיך ארויסווייזען פאר ניט ריכטיג) אז אייער משפחה איז מען געגען איינארדנען די חתונה פון אייער טאכטער... לויט דער פאדערונג פון שולחן ערוך אז עס מוז זיין א מחיצה בעת דער חתונה צווישען מענער און פרויען.

וויל איך דערמיט ערקלערין אייך דעם מצב לויט ווי איך זעה עם. און דאס איז פאלגענדעס: ווען מען ארדענט איין א חתונה מיט א מחיצה לויט ווי עס פאדערט תורתנו הק', פסק'נט די תורה אז מען זאל זאגען "שהשמחה במעונו" ד.ה. אז ווען מען דערמאנט דעם אויבערשטענס ברוך הוא נאמען דערמאנט מען עם אז עס זאל זיין שמחה און ממשיך זיין דאס אין וועלט און צום אלעם ערשטען צו דעם חתן און די כלה.

זיכער איז איבעריג צו באשרייבען וואס האט פאסירט אין די לעצטע יארען אין דער וועלט אין אלגעמיין און בא אידען בפרט, און אויב אין אלע צייטען האט מען געמוזט אנקומען צו הקב"ה פאר ברכה והצלחה און נאך מער צו א געזונטען און פרייליכען לעבען, איז אין אונזער דור איז דאס נאך פיל מער נויטיגער, און דער איינציגער וועלכער קען דאס באווארענען איז דאס דער וועלכער איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט הוא הקדוש ברוך הוא.

זיינער צייט ווען הרה"ח... שי' האט מיר געפרעגט מיין מיינונג וועגען דעם שידוך און ווען עס איז אנגעקומען צו מיר אייער אנפראגע אין דעם, האב איך געפונען פאר מיין פליכט און זכות צו באווארענען אז ווען אייער טאכטער און הרב... שיחיו הויבן אן א צוזאמענלעבען, זאל דאס זיין אין א אופן וואס מען קען ערווארטען די מאקסימום ברכות פון השי"ת, אז זיי זאלען האבען א געזונטע פרייליכע הויז, וואס ווי געזאגט האט מען אויף דעם א צושטימונג פון תורתנו הק' ווען מען קען זאגען בא דער חתונה שהשמחה במעונו, און אז די תורה פסק'נט אפ אזוי, און ניט אנדערש, איז זעלבסט פארשטענדליך אז קיינער קען דאס ניט ענדערען. און דעריבער האט מיר געוואונדערט, אז עלטערען וועלכע טוען אלץ אז קינדער זאלען זיין גליקליך, אין דעם וואס ווענדעט זיך נאר אן זיי, זאלען גאר וועלען אנווענדען כחות ניט צו דערלאזען, אז בא אייער טאכטער'ס חתונה זאל זיין שמחה, וואס בדרך ממילא פעלט דאס ח"ו דערנאך אין זייער לעבען, ר"ל.

חתונה האט מען בכדי צו בויען א הויז אויף צענדליגער יארן איז רעכט בא עלטערען צו ריזיקירען דאס וואס עס רירט אן דער טאכטער אויף צענדליגער יארען, בכדי אז אויף די פאר שעה וואס עס געדויערט די חתונה, געפעלען ווערען פאר די מענשן וועלכע ווייסען ניט די דינים פון שולחן ערוך אדער וועלכע רעכענען זיך ניט מיטן שולחן ערוך, אדער פאר די לייכטזיניגע וועלכע בא זיי איז רעכט ריזיקירען א זאך פון צענדליגער יארען צוליב א מאמענטאלען געדוכטען פארגעניגען. און עס וואונדערט מיר פון וואנען נעמט זיך בא עלטערען אזא ברייטקייט, צו נעמען אויף זיך אזא פאראנטווארטליכקייט.

עס איז ניט מיין ענין צו שיקען פאליס צווינגען טאן ווי מיין מיינונג איז, עס איז ניט מיין ענין צו נייטען מענשן בכלל, טאן לויט מיין מיינונג, און עס איז אויך ניט מיין ענין צו זאגען שווערע ווערטער, און דעריבער וויל איך שליסען מיין בריף צו ריידען נאר אין דער גוטער זייט. אז ווען איך האב געגעבן מיין הסכמה אויף דעם שידוך בין איך געווען זיכער אז אויך די עלטערן פון זייער זייט וועלען טאן אלעס וואס עס ווענדעט זיך נאר אן זיי, אז זייער טאכטער און צוקונפטיגער איידים זאלען זיין פארזיכערט אויף וויפיל עס לאזט זיך נאר אויף די צענדליגער יארען וואס זיי וועלען זיין צוזאמען, און זעלבסט פארשטענדליך אז עס וועט ניט פארנעמען קיין ארט דאס וואס אירע חבר'טעס וועלען יע זיין צופרידען אדער ניט צופרידען, אויב נאר די תורה הק' וועט זיין צופרידען פון אזא סדר בא דער חתונה, און נעמענדיג דאס אין חשבון האב איך געגעבען מיין הסכמה אויף דעם שידוך, און ווי געזאגט פריער, אויב מען וויל אויף א אמת אז בא דער חתונה זאל די תורה הק' פסק'נען אז מען קען זאגען שהשמחה במעונו און דורך דעם זאל מען דערנאך זיין צופרידען דעם גאנצען לעבען, זאגט דער שולחן ערוך * אז די חתונה דארף זיין מיט א מחיצה.

בברכה, 

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א