[כ"א אד"ש, תשי"א]
אייערע צוויי בריוו איינער אן א דאטום און דער צווייטער פון כ"ב אדר, האב איך צייטיג ערהאלטן. ליידער אבער האב איך צוליב רוב הטרדות ניט געהאט די מעגליכקייט צו ענטפערן אויף זיי ביז איצט.
בייליגנד שיק איך אייך דעם קונטרס פון פורים און דעם קונטרס פון ב' ניסן, און איצט צום ענטפער אויף אייערע בריוו:
איך בין געווען העכסט צופרידן לייענען, אז איר ארבעט מיט אייער כח הציור און גרייט זיך צו מאכן אן אויסשטעלונג און אז די פרעסע האט וועגן אייך געשריבן גוטע רעצענזיעס. זיכער וועט איר זען שטייגן אין דעם און אויסניצן אייער כשרון, וואס השי"ת האט אייך געגעבן, צו בריינגען א חיזוק אין יהדות ויראת שמים.
בנוגע דעם עיקר פון אייער בריוו וואו איר באקלאגט זיך אויף אייער מעמד ומצב און פילט זיך זייער צובראכן און צייטנווייז פאלט איר אריין אין יאוש און געפינט זיך קיין ארט ניט וכיוצא בזה, און דערפאר ווילט איר זיך זען, כדי מען זאל זיך קאנען דורכריידן פנים אל פנים.
איז דער זעען זיך פון צוויי גוטע פריינד - א גלייכע זאך און ברענגט א גייסטיקע באפרידיקונג צו ביידע צדדים, אבער אפלייגן ביז דאן, און דערווייל זך געפינען אין זעלבן מעמד ומצב פון יאוש ח"ו וכו' וכו', איז ווער פון אונז קען זיך דערלויבן אזא זאך?
איר שרייבט ניט די סיבה וואס ברענגט איך צו אזא מצב רוח, במילא קאן איך ניט אריין אין פרטים צו באווייזן ווי אזוי די סיבות זיינען ענינים המדומים וואס שטאמען פון עצת היצר, דאס הייסט, אז אויב אפילו דער ענין האט עפעס אן אחיזה, אבער דאס וואס ער ווערט אויסגענוצט אויף יאוש און אראפגעפאלנקייט איז דאס ניט אמת, נאר א שפיצל פון יצר, וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט עם אנגערופן "דער קלוגינקער" ווייל ער גייט צו יעדן איינעם מיט ווערטער וועלכע זאלען עם נעמען.
מוז איך זיך דא באגרענצן מיט א הערה כללית אין גאנצן ענין. שטיצנדיק זיך אויף דעם פתגם פון בעל שם טוב, וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט פיל מאל איבערגעזאגט, אז יעדער איד קען אפלערנען א הוראה בעבודת ה' אין אלעס וואס ער זעט אדער הערט, וויל איך באלויכטן אייער פאל בפרט.
זיכער ווייסט איר, אז די הויפט קונסט פון א מאלער אין חכמת הציור איז, אז ער זאל זיך קאנען אפטראגן פון דער חיצוניות דיקייט פון דער זאך, און ניט קוקנדיק אויף דער אויסערליכער פארם, זאל ער קאנען אריינבליקן אין דער זאך "אינעווייניק" און דערזען דארט די פנימיות ועצמות הדבר, און קענען דאס דערנאך איבערגעבן בציור, אזוי אז דער וואס זעט דעם ציור פון דעם מאלער זאל פאר עם אנטפלעקט ווערן אין דער זאך דאס וואס ער האט פריער ניט באמערקט, ווייל דער תוך איז געווען פארשטעלט פון ענינים טפלים. אזוי ארום אנטפלעקט דער מאלער דעם עצמות און מהות פון דער זאך וואס ער צייכנט, און דער וואס זעט עס, דערזעט עס אין אן אנדער אמת'ער ליכט און כאפט זיך, אז ער איז פריער געווען אין א טעות.
ככל הדברים האלה וככל החזיון הזה, איז איינער פון די עקרים בעבודת האדם לקונו.
ווי מיר ווייסן פון דער תורה בכלל און פון חסידות בפרט, איז כל הבריאה כולה נעמט זיך פון דבר ה', און דער דבר ה' איז דאס מהווה ומקיים בכל עת ובכל רגע. נאר מצד דעם ג-טליכן כח הצמצום והגבורה, שטייט דער דבר ה' בהעלם והסתר און עס זעט זיך בלויז די חיצוניות.
איז דער ענין פון עבודה, וואס שטיצט זיך אויף דער האמונה פשוטה אז אין עוד מלבדו, אז מען זאל מיט דעם שטאנדפונקט צוגיין צו יעדן ענין אין לעבן, און מען זאל זען ארויסבריינגען כל אחד כפי יכולתו, וואס מער דעם אלקות שבכל דבר, און קלענער מאכן, אויף וויפל עס לאזט זיך, דעם העלם והסתר פון דער חצוניות אויף אלקות שבתוכו.
די זעלבע זאך בנוגע יעדן איינעם בפרט, וואס בנים אתם לה' אלקיכם, זאגט ער אויף דערויף אין תניא (פרק ב') כמו שהבן נמשך ממוח האב, כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית', וואס הוא וחכמתו אחד, במילא איז דאס דער עיקר און גאנצער מהות ועצמות פון אלע אידן, און אייך אויך בכלל.
אזוי ווי דער אויבערשטער האט געוואלט, אז די נשמה זאל ניט דארפן אנקומען צו נהמא דכסופא, האט ער איר געגעבן א מעגליכקייט פון עבודה, און ניט סתם עבודה, נאר עבודה ביגיעת נפש ויגיעת בשר, וואס דורך דער עבודה זאל ער באקומען כל טוב ביז די מדריגות היותר עליונות, און דאס אלץ פארדינטערהייט.
און נאך א זאך באווארנט דער רבי (בתניא), אז מ'זאל ניט מיינען אז ס'איז דא אזוינע בא וועלכע דאס וועט זיך ניט אויספירן, זאגט ער אז דאס קען ניט זיין, ווארום אפילו מתוך שלא לשמה בא לשמה בודאי כו' כי לא ידח ממנו נדח (תניא סוף פל"ט).
במילא דארף מען זיך היטן, אז די ענינים טפלים זאלן ניט פארדעקן אויפן עיקר האדם ותכלית הכוונה.
דאס וואס דער מענטש האט שוועריקייטן, נסיונות און עניני בירורים, זיינען דאס די מיטלען ווי אזוי מ'זאל צוקומען צום תכלית הדבר, דאס הייסט, אז די נשמה זאל קאנען זיין דאס וואס זי איז געווען נאך פאר דעם אתה בראתה, וואס דאן איז - נשמה שנתת בי טהורה היא, און זאל דערגרייכן נאך העכערע דרגות, ווארום יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא, במילא טאר מען דאך ניט לאזן די שוועריקייטן פון איבערקומען די נסיונות, אדער אפילו דעם דורכפאל אויב מען איז נכשל געווארן מזמן לזמן, גובר זיין אויף דער שמחה וואס מ'דארף פילן פון - בני בכורי ישראל, און פון דער הבטחה וואס מ'האט פון אויבערשטיין אליין, אז ועמך כולם צדיקים.
במילא אז עס קומט צוגיין א איד, ווער רעדט נאך אזא וואס האט געהערט פון אור החסידות, ווער רעדט נאך אזא וואס האט געלערנט תורת החסידות און ווער רעדט נאך אזא וואס דער אויבערשטער האט אים געלייטערט מיט יסורים, און שרייבט, אז ער איז ח"ו ביאוש און געפינט זיך קיין ארט ניט וכו' וכו', איז דאס ניט נאר היפך האמונה, נאר היפך השכל אויך!
דער אויבערשטער זאגט-צו בכל תוקף ועוז, אז לא ידח ממנו נדח, און מאנט ניט פון דעם מענטשן ער זאל טאן איבער די כחות - (ווארום אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו) - נאר ער זאל טאן נאך זיינע כחות נאך. דערנאך זאגט ער איהם, אז ס'איז גענוג אויב עס וועט זיין פתחו לי פתח כחודו של מחט - ואני אפתח לכם כפתחו של אולם.
דאס אלץ זאגט דער אויבערשטער, קומט ער צוגיין און זאגט, אז דער חשבון איז ח"ו אן אנדערער, במילא קומט דער יאוש, אראפגעלאז[ע]נע הענט און איינריידעניש, אז עס ווערט וואס אמאל נידעריקער?!
די שאלה איז: דברי הרב ודברי התלמיד, דברי מי שומעים? און די שאלה דארפט איר זיך אליין שטעלן: אייך ווייזט זיך אויס אזוי, און דער אויבערשטער זאגט אז ס'איז אנדערש, איז דען דא א ספק ווער עס איז גערעכט?
עד כאן בנוגע אויסטענה'ן זיך.
בנוגע לפועל דארפט איר וויסן, אז איר זייט איינער פון קהל החסידים, במילא זייט איר מקושר צו אילנא דחיי, און די פארבונדנקייט איז ווי מ'זאגט אין פסוק, אתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום, ברענגט אראפ דער רבי אין דעם קונטרס פון ב' ניסן דעם מרז"ל אפילו ביום שכל העולם כולו מתים, אתם חיים, און מה היום כולכם קיימין, אף לעולם הבא כולכם קיימין, במילא האט איר א פערזענליכע הבטחה פון רז"ל, אז חיים כולכם היום און חיים כולכם לעולם הבא.
במילא דארף מען אויסניצן די צייט אויף תורה ומצוות ביראת שמים, און אויסניצן דעם כשרון מיט וועלכן דער אויבערשטער האט אייך באשאנקען אז דאס זאל ברענגען א תועלת ביראת שמים.
דאס איז פון די זאכן וואס מ'דארף ניט אפלעגן אויף מארגן, ווייל מארגן דארפן זיך אפטאן די מארגענדיקע זאכן, און היינט די היינטיקע, און בכדי צו טאן די אלע זאכן, דארף מען וויסן אז אלע שטערונגען זיינען עצת היצר, און די אמונה דארף מען אראפטראגן אין שכל (מוח) און אין געפיל (לב) און אין פועל ממש במחשבה דיבור ומעשה.
ווען איר וועט זיך נעמען דערפאר, כאטש עס דוכט זיך אייך אז איר קענט אנהייבן נאר כחודו של מחט, וועט דער אויבערשטער געבן הצלחה און וועט עפענען כפתחו של אולם.
איך האף, אז איר וועט זיך ניט רעכענען דערמיט וואס מיין ענטפער האט זיך אזוי פארשפעטיגט, און וועט ענטפערן בקרוב מיט א בשורה משמחת, אז איר טוט אין דעם גייסט פון דאס אויבנגעשריבענע.
בברכה - המחכה לבשורותיו הטובות בקרוב ממש.