Letter # 2616

כ"ו ניסן, תשי"ד

2616 - Benei Yisroel could hardly wait and were counting the days till Matan Torah

They were provided with all their needs food, water and clothing

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ו ניסן, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

... אזוי ווי מיר געפינען זיך יעצט צווישען פסח און שבועות וואס יעדער טאג האט זיין מצוה פון ציילען ספירה, וואס לויט די ערקלערונג פון רבותנו ז"ל אין דער אנהויב פון דעם געווען וואס אידען האבען מיט ביינקעניש געציילט די טעג, וויפיל זיינען שוין אדורך זינט מען איז ארויס פון מצרים וויסענדיק אז קומענדיג צו דעם פופציגסטען טאג וועלין זיי מקבל זיין די תורה און האבען זיך קוים געקענט דערווארטען,

און דאס האט זיי אויך געגעבען אלע זייערע באדערפענישן די גשמיות'דיקע פון עסען טרינקען און קליידער, ווי עס ווערט דערציילט אין דער תורה, אז זיי האבען געהאט דעם מן, בארה של מרים, שמלתך לא בלתה מעליך, וכו',

אזוי אויך אין יעדער ארט און אין יעדער צייט, דורך ביינקעניש צו תורה און טאן אלץ ווי תורה זאגט, אז השי"ת א בטוח אז ער וועט מקיים-זיין [זיין] הבטחה ונתתי גשמיכם בעתם וגו' וויבאלד אז א איד פון זיין זייט איז מקיים דעם ואת מצותי תשמורו, און השי"ת זאל אייך מצליח זיין.

בברכה.