Letter # 2574

ד' ניסן, תשי"ד

2574 - It is of no surprise that it is a big struggle to overcome the Yetzer Hora

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ד' ניסן, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה! 

... דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט שוין לאנג דעם געדאנק צו פארלאזן די ישיבה. און חאטש זי געפעלט דיר, אבער עס איז פארבונדען בא דיר מיט שווערע מלחמות וכו', איז דאס גאר קיין וואונדער ניט, ווי עס שטייט אין קהלת ט', עיר קטנה - איז די גמרא אין נדרים מפרש, אז דאס איז דער גוף - ואנשים בה מעט ובא מלך גדול - פירוש מלך זקן וכסיל היצר הרע, און פירט מיט דער שטאט בלוטיגע מלחמות.

און אז דו וועסט לערנען דעם קונטרס עץ החיים פון כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע, און די הוספה ג' וועלכע איז געדרוקט צום סוף, און בפרט אויף עמוד פז, וועסט דו זעהען אויף וויפיל דער יצה"ר שטעלט זיך קעגען צו לערנען אין א ישיבה וואו מען לערנט חסידות.

אבער וויבאלד אז עס איז דאך לפום גמלא שיחנא, ד.ה. אז מען האט יעדערען געגעבען א עבודה נאך זיינע כחות נאך, איז אויב דו וועסט נאר נוצען זיי, וואס דאס איז דאך נוגע צו דיין גאנצער עבודה, וועט דאן זיין ווי דער סוף פון פסוק (פון קהלת) ומצא בא איש מסכן וחכם - וואס לויט דער גמרא - איז דאס דער יצר טוב ומלט הוא את העיר בחכמתו. 

השי"ת זאל דיר העלפען אז דער געדאנק זאל ניט שאדען ניט דיר און ניט דיינע חברים, דאך אבער א תיקון תשובה דארפמען האבען אויף דעם (און אויך אויף דעם פאסירונג אפילו אויב דאס איז איבערטריבען - ווי דו שרייבסט - ביזט דו דאך דער עלטערער צווישען זיי). וויל איך דיר פארשלאגען סיי בנוגע צו דיר און אזוי אויך בנוגע דיינע חברים, אז דער תיקון תשובה על כל הנ"ל זאל זיין, צו פאסטען האלבע טעג פון תענית בה"ב וואס נאך פסח און דעם אנדער האלבען טאג אויסלייזען מיט צדקה. ב) די צייט וועלכע איר זייט פריי פון לערנען ענגליש זאלט איר אויסניצען - אויב משליך[1] אלע צוזאמען לערנען די ערשטע עלף פרקים פון ספר דרך החיים לאדמו"ר האמצעי, און לערנען עטליכע מאל ביז מען זאל וויסען דעם אינהאלט זייערען אויף אויסווייניג און אויך לערנען - אויב מעגליך אלע צוזאמען די מסכת תענית, וואס מיט דעם וועט אויך געלייזט ווערען די פראגע וואס צו טאן אין דער פרייער צייט וואס עס איז פארבליבען דורך דעם ניט לערנען די לימודי חול.

און השי"ת זאל געבען דיר און דיינע חברים א כשר'ן פסח און אכילת מצה וואס דאס איז דער ענין פון ביטול, א היפך פון ישות וואס עס איז דא אין לחם חמץ, און דאס זאל פועל'ן אין א פנימיות אויף א גאנץ יאר. 

בברכה לכהנ"ל. 

  1. 1 אולי צ"ל מעגליך