Letter # 5897

ד' כסלו, תשי"ח

5897b - Strength Comes Through Torah, Not Delay

The Rebbe acknowledges improved material circumstances and ongoing Torah study, urging consistency without postponement. True blessing follows Torah effort, not the reverse. He encourages finding solutions for regular learning and sharing the spirit of Yud-Tes Kislev with others.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ד' כסלו, תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

נאך א לאנגען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען דיין בריף פון ב' כסלו, אין וועלכע איר שרייבט פון דער בעסערונג אין דעם מצב הגשמי און אויך פון די שיעורים וואס איר האט אין תורה, וואס ליידער זיינען זיי פארלויפיג נאך ניט אין דער פולסטער מאס ווי זיי וואלטען באדארף זיין, אבער איר האפט דאס צו גוט מאכען.

אבער עס ווערט ערקלערט בארוכה אין פילע ספרים, אז דער ענין פון תלמוד תורה, איז ניט שייך צו אויספילען דאס פארפעלטע, אין דער צוקונפט, וויילע יעדער טאג, וויפיל מען זאל אין עם לערנען, איז דאס נאר גענוגענד פאר דעם טאג אליין, במילא איז ניט פראן[1] אין דעם קיין איבעריגע מינוט, מיט וועלכער מען זאל קענען פארגיטיגען דעם חסרון פון עבר, אויך איז באוואוסט דער פירוש רז"ל וועלכען רש"י בריינגט אויף דעם פסוק אם בחקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורה וכו' ונתתי גשמיכם בעתם וגו' און די אלע ברכות וועלכע ווערען דארט געזאגט, וואס פון דעם איז פשוט פארשטענדליך, אז עס האט קיין ארט ניט צו זאגען, ווען די פרנסה וועט ווערען בעסער, וועט מען קובע זיין א שיעור לתורה, ווארום אדרבה, די בעסערונג פון פרנסה קען קומען און צוגעאיילט ווערען גראדע דורך שיעורים בתורה, און דאס וואס די פרנסה איז נאך פארלויפיג ניט ווי געהעריג, איז דאס גאר א צוגאב סיבה, אז מען זאל מוסיף זיין אין תורה ומצות, און חאטש דער לימוד קען ענטהאלטען אין זיך א ענין פון לא לשמה, איז דאך ידוע דער מרז"ל לעולם ילמוד אדם וכו' שמתוך שלא לשמה בא לשמה.

וואס איר שרייבט אז איר האט חברותא נאר אמאל אין וואך, האף איך אז בא אנשטריינגונג קען מען געפינען א עצה אויך צו דעם, און ביז דאן, דארפמען לפחות לערנען ביחידות, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

און אין צוזאמענהאנג מיט'ן אנקומען פון יום הבהיר חג הגאולה י"ט כסלו, איז דא בייגעלייגט א חוברת פון פרשת החג י"ט כסלו או זיכער וועט איר באקענען מיט איר אינהאלט, די אלע מיט וועלכע איר קומט אין בארירונג.

בברכה לבשו"ט,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

 

מזכיר

  1. 1 פאראן