Letter # 5898

ד' כסלו, תשי"ח

5898 - A Jewish Ship Cannot Travel Through Shabbos

The Rebbe firmly forbids traveling on a Jewish-owned ship that operates on Shabbos, calling it public desecration. He rejects claims of financial benefit for Eretz Yisrael, stressing that true blessing and healing come only through full Shabbos observance.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ד' כסלו, תשי"ח

ברוקלין.

 

ברכה ושלום!

...איר שרייבט וועגען דעם פארען אייערען אין אמעריקא, און פרעגט בהנוגע דעם פארען מיט א אידישער שיף, וועלכע איז אין וועג אויך שבת.

לויט ווי ערקלערט בפרטיות אין אייניגע פון מיינע בריף וועגען דעם ענין אויף דעם גרונד ווי שיפען ווערען געפירט אין אונזער צייט, איז ניטא קיין ספק אז דער פארען מיט אזא שיף, - א אידישע שיף וועלכע באוועגט זיך אויך אום שבת - איז א זיכערער איסור פון חילול שבת, אין ווייל עס פארען דאך מיט איר, מערערע מענטשן - איז דאס חילול שבת בפרהסיא. דאס איז אויך געמיינט, ווען אפילו די שיף פארט ארויס אין אנהויב וואך, דאן איז אויך דער דין אזוי.

זיכער איז איבעריג צו באטאנען די גרויסקייט פון שמירת שבת, און די מורא'דיקייט פון חילול שבת בכלל, און בפרט חילול שבת בפרהסיא, איך וויל נאך צוגעבן, אז ליידער געפינען זיך אזעלכע וועלכע ווילען בארעכטיגען דעם חילול שבת בפרהסיא דורך דעם פארען מיט אזעלכע שיפען, ווייל דורך דעם וועלען אידען, די בעלי בתים פון די שיפען האבען פארדינסט, און בפרט אז די בעלי בתים זיינען דאך פון ארץ ישראל, וועט דאך צוקומען פארדינסט אין ארץ ישראל.

און ווי דרך אגב, די זעלבע טענה מיט וועלכער מען קען פאדערן און מען פאדערט אז אלע פאבריקען אין ארץ ישראל זאלען ארבעטען שבת, און אז די פעלדער דארפען בעארבעט ווערען שבת, ווארום דורך שבת וועט פארגרעסערט ווערען די הכנסה פון ארץ ישראל, און די הכנסה וועט העלפען די אידען דארטען. און נאך פיל מער ווי דורך דעם חילול שבת פון די שיפען - וויייל די הכנסה איז דאך פיל פיל גרעסער.

בא דעם אלעם פארגעסט מען אז השי"ת האט אנגעזאגט בתורתו הק', אז פון חילול שבת געשעפטן, איז ניט נאר וואס עס קען ניט צוקומען נוצען פאר ארץ ישראל, נאר, לויט דעם אויסשפראך פון רז"ל (שבת קי"ט ע"ב) איז לא חרבה ירושלים אלא בשביל שחיללו בה את השבת. און די וואס ווילען העלפען ארץ ישראל דורך געלט וואס קומט פון חילול שבת, איז דאס ווי מען זאל לעשען פייער מיט קעראסין אדער נאפט, ר"ל.

גרויס איז די פינסטערניש פון גלות ובלבול המוחות, אז עס געפינען זיך אזעלכע וואס רופען אן די לעצטע בשם אוהבי ישראל, כאטש דער בורא עולם ומנהיגו זאגט, אז זיי מאכען חרוב ארץ ישראל, און די וועלכע האלטען זיך אן בתורתנו תורת חיים, וואס נאר זי האלט אויף, גיט חיים און קדושה אין ארץ ישראל, ווערען געזידעלט, פארוואס ווילען זיי ניט מ'זאל ארבעטען שבת אין די פאבריקן און מ'זאל ניט בעארבעטן די פעלדער אום שבת, און פארוואס ווילען זיי ניט, אז די שיפען פון די אידישע אייגענטימער, זאלען מחלל שבת זיין בפרהסיא לעיני כל העמים.

אויב אין אלע אומשטענדען מוז א איד מקיים זיין תורה ומצות אין דער פולסטער מאס, איז דאס נאך מער נויטיג, ווען מען דארף א ספעציעלע ברכה פון השם יתברך. און דעריבער בין איך זיכער, אז, בהנוגע צו אייער געזונט וועגען וועלכען איר שרייבט, איז דאס וואס אייער פארען וועט זיין באופן פון שמירת שבת הלכתה, ניט ח"ו דורך חילול שבת בפרהסיא, ר"ל. וואס שבת שקולה כנגד כל המצות, וועט דער זכות ביישטיין אייך צו געזונט בעסערונג אין גיכען, לרפואה קרובה ולרפואה שלימה.

בברכה לבשו"ט