ב"ה, י"ז כסלו, תשי"ח
ברוקלין.
שלום וברכה!
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ב' כסלו, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם מצב פון די שיעורים וועלכע ווערן געלערנט אין אייער בית המדרש, און אז דאס איז בחסדי השם יתברך, און אפשר וואלט דאס אויך א אנדערער געקענט טאן אזוי וכו'.
והנה בכלל, אלץ וואס א מענטש טוט איז דאס בחסדי השי"ת, אבער השי"ת זאגט אז מ'טוט אליין, גיט ער דענסטמאל הצלחה ברחמיו המרובים, און דעריבער ווערט דאס פאררעכענט אויפן חשבון פון דעם מענשן.
און וואס איר שרייבט, אז אפשר וואלט א אנדערער מער אויפגעטאן.
איז דער איינציגער רעזולטאט פון אזא מחשבה דארף זיין, אז וויבאלד א אנדערער קען אויפטאן מער, איז ער דאך. אויך פון בני אברהם יצחק ויעקב, דארף דאך ער אויך קענען, איז במילא דארפמען טאן מער און סוף סוף וועט אויך בא דעם זיין הצלחה.
און וואס איר שרייבט וועגען די שיעורים, אז פארלויפיג האט זיך ניט איינגעגעבען צו איינפירען זיי.
האף איך, אז איר זייט זיך ח"ו ניט מיאש פון דעם, און אויך להבא וועט איר זיך משתדל זיין פאר דעם, און מ'קען דאך ניט וויסען, ווען איז דער עת רצון למעלה און דער עת רצון למטה, און עס קען דאך זיין, אז עס זאל זיין באלד, און ניט השתדלות וועט זיכער קיין זאך ניט בריינגען און פון ניט השתדלות וועט קיין שיעור ניט ווערען.
און בפרט זיינען מסוגל צו דעם די טעג פון חדש כסלו, דער חדש הנסים והגאולה.
איך בין זיכער אז איר ווייסט די בעדייטונג פון י"ט כסלו, דאך בייגעלייגט איז דא א חוברת י"ט כסלו וועלכע איז זיינער צייט געשריבען געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, פרשת חג הגאולה, און דער מוסר השכל פון דעם, און זיכער וועט איר דאס אויסניצען אויף א פאסענדען אופן.
בברכה לבשו"ט בשמחה ובטוב לבב.