Letter # 3066

None

3066

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ט מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

פרויען גרופע פאר טהרת המשפחה אין פילאדעלפיא

ד' עליהן תחיינה 

ברכה ושלום!

בנועם ובשמחה האב איך באקומען די ידיעה פון דער גרינדונג פון אייער גרופע און אויך פון'ם צוטריט צו דער ארבעט ארגאניזירען א מעמבערשיפ. און דער עיקר צו אנהויבען טאן בפועל, סיי צו ערקלערין די לעבענס-וויכטיקייט פון אפהיטען טהרת המשפחה און אויך בנוגע דער מקוה אז זי זאל זיין ווי געהעריג אין אלע הינזיכטען. און עס איז באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אין נאמען פון זיינע הייליקע עלטערען - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז עס איז א זיכערע זאך אז ערנסטע פראפאגאנדע בריינגט צו פעולות, און אז אפילו איין פעולה איז בעסער פון טויזענטער קרעכצין.

איך האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות, אז דער קרייז פון די באטייליגטע אין דער גרופע ווערט אלץ מער גרעסער און ברייטער, און אז בכלל גייט די ארבעט מיט הצלחה.

און בפרט ווען מיר גייען אריין איצטער אין דעם חדש כסלו, אין וועלכען עס איז דער יום טוב פון חנוכה. וואס ווי עס ווערט דערציילט פון רבותינו ז"ל איז איינע פון די גזירות דענסטמאל געווען, אז אידען זאלען ניט האבען קיין מקואות. און השם יתברך האט באוויזען דעם נס, אז אלע אידישע פרויען האבען יע געהאט גוטע מקואות און האבען אויפגעשטעלט א דור ישרים יבורך, זאל דאס זיין אזוי ווי בימים ההם בזמן הזה, אז אייער ארבעט זאל זיין מיט הצלחה מופלגה בכל הפרטים.

בברכה.