Letter # 2717

ח' סיון, תשי"ד

2717 - If you look around you with open eyes, you will see that Hashem runs the world.

Since Hashem is so good, you need not worry.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ח' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

... עס וואונדערט מיר וואס איר טראכט איבער וועגען אייער געזונט, ווען דער בורא ברוך הוא זאגט, שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה, אז ווען מען זעהט וואס עס טוט זיך ארום זיך מיט אפענע אויגען, זעהט מען אז השם יתברך פירט די גאנצע וועלט, איז יעדער מענש מיט שכל מוז קומען צו דעם באשלוס, אז וויבאלד השם יתברך איז דער אמת'ר און איינציגער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט, און ער איז דער עצם הטוב, וועט זיך זיכער אלעס פירען צום גוטען, און ווען מען האט אזא גוטען בעל הבית דארפמען גארניט איבערקלערן וויילע עס איז דאך קיין ספק אז ער - ברוך הוא - ווייס וואס עס איז גוט און וואס עס איז נאך בעסער.

עס איז אויך פארשטענדליך אז צייטענווייז מישט זיך אריין דער יצר הרע און צומישט די מחשבות פון דעם מענשן, אבער וואס איז דא נתפעל צו ווערען און וואס איז דא צו גלויבען דעם מלך זקן וכסיל, און השם יתברך זאל אייך העלפען אז איר זאלט מקיים זיין דעם אנזאג עבדו את ה' בשמחה, און ווען מען טוט דאס אויף א אמת, זעהט [מען] אפילו מיט די פליישיגע אויגען אז עס איז דא פון וואס צו זיין צופרידען און פרייליך.

און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אז געזונטערהייט און פרייליכערהייט זאלט איר קענען טאן אין ענינים פון תורה ומצות מתוך הרחבת הדעת.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.