8976 —8976

צו דער צענטער יערלעכער קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד ה' עליהן תחיינה   ב"ה, יום ג' פ' אמור, ה'תשכ"ה — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, יום ג' פ' אמור, ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

צו דער צענטער יערלעכער קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

די הייארדיקע קאנווענשאן, וואס באצייכנט א צייט-אפשניט פון צען יאר טעטיקייט, האט מער ווי די געוויינלעכע באדייטונג. זי דארף אויסדריקן א ספעציעלן ווענד-פונקט אין אייער טעטיקייט, לויט דער ספעציעלער באדייטונג און אנווייזונג פון דער דאל "צען".

די צאל "צען" שליסט אפ דעם סדר פון די איינצלנע ציפערן און הויבט אן דעם סדר פון די צענדליקע. דאס איז אן איבערגאנג אויף א העכערע שטופע, ניט נאר אין כמות נאר אויך אין איכות. פון צען און העכער הויבט זיך אן א נייער סדר, וואס איז ניט נאר העכער אין צאל, נאר אומפארגלייכבאר העכער אין מדריגה.

דאס איז איינ פון די דערקלערונגען פארוואס די צאל צען האט א ספעציעלע באדייטונג אין תורה, און במילא אויך אין אידישן לעבן. דאס דריקט זיך אויס אין דעם וואס א דבר שבקדושה און געוויסע תפילות (ווי ברכו, קדיש און קדושה, אד"ג) קען צושטאנד קומען נאר ווען עס איז דא א מנין (צען אידן, ווי חכמינו ז"ל לערנען אפ פון דעם פסוק ונקדשתי בתוך בני ישראל, אין דער היינטיקער סדרה (כב, לב). ווארום, כאטש יעדער איד, אלס יחיד, איז טייער און הייליק, איז אבער ווען צען אידן קומען זיך צוזאמען ווערט געשאפן א ציבור וואס איז שוין גאר אויף א הויכע מדרגה פון קדושה, און וואס אין דעם צור ווערט אויך דער יחיד דערהיובן צו א גאנץ העכערע מדרגה.

איינע פון די ספעציעלע באדייטונגען פון "צען" איז וואס דאס איז די צאל פון די כחות הנפש. ווי עס ווערט דערקלערט אין הייליקע ספרים, ספעציעל אין דעם ספר תניא פון דעם אלטן רבי'ן, דער מייסד פון שיטת חב"ד, האט א מענטש צען אינערלעכע כחות, וועלכע זיינען פארבונדן מיט זיין נפש (גייסט). דאס זיינען די דריי כחות פון שכל כחמה, בינה, דעת (חב"ד) און די זיבן מדות (נייגונגען און געפילן). אייגנטלעך איז דער יסוד פון דער גאנצער חב"ד שיטה צו אנטוויקלען די כוחות פון שכל, אזוי אז זיי זאלן אויספורעמען די מידות, ספעציעל די גרונט מידות פון אהבת השם און יראת השם, וועלכע זאלן קומען צום אין טאג-טעגלעכן לעבן, אין אלע הינזיכטן.

כ"ק מו"ח אדמו"ר, און די נשיאי חב"ד פון אלע דורות, האבן מערערע מאל אונטערשטראכן דעם וויכטיקן ארט וואס די פרוי פארנעמט אין דער פארווירקלעכונג פון שיטת חב"ד אין טאג-טעגלעכן לעבן. די פרוי, אלס עקרת הבית, די בויערין פון דער אידישער היים, באשטימט אין א גאר גרויסער מאס דעם גייסט און די אויפפירונג פון דער משפחה, און האט אויך א גאר גרויסע השפעה, דירעקט און אומדירעקט, אויף דער סביבה.

און די תורה גיט איר די אנווייזונג (און צוזאמען דערמיט אויך דעם כח) ווי דאס דורכצופירן - דורך דעם ריכטיגן באנוצען פון אירע צען כחות הנפש, ווי געזאגט: חכמות בנתה ביתה חצבה עמודי' שבעה (משלי ט, א) - מיט שכל (וואס ווי געזאגט טיילט ער זיך אין דריי) בויט זי איר הויז שטעלט אויף זיינע זיילן זיבן (לויט די פארשידענע מדות).

***

דער אויבערשטער זאל העלפן אז - אריינגייענדיק איצט אין דעם 2טן צענדליק יארן פון טעטיקייטן וועלכע זיינען פארבונדן מיט תורה ומצוות, זאל יעדע גרופע נשי ובנות חב"ד, און יעדע מיטגלידערין פון די גרופעס, דערהויבן ווערן צו א העכערע מדרגה אין אלע אויבעדערמאנטע הינזיכטן, און געבענטשט ווערן מיט דער פולסטער מאס הצלחה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 329.

ווי חכמינו: ברכות כא, ב. וש"נ.

ספר תניא: פ"ג.

Leave Feedback