ב"ה, כ"ב טבת, תשי"ח
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ד טבת,
זעלבסט פארשטענדליך אז איך בין געווען שטארק איבער'רעש'ט פון זיין אינהאלט, און דער עיקר פון שלוס פון בריף, וואס ווי עס זעהט אויס, ווילט איר פאסטען פערציג טעג,
וואס אזא הנהגה, איז פארקערט פון דעם וואס עס שרייבט רבנו הזקן [בעל התניא - פוסק בנסתר דתורה - והשולחן ערוך - פוסק בנגלה דתורה -] אין זיין אגרת התשובה, און דעריבער אייל איך מיט מיין שרייבען צו אייך און שיק דעם בריף עקספרעס, און השם יתברך זאל העלפען, עס זאל אויפטאן די ווירקונג, ד.ה. אז אויב אפילו איר האט גענומען אויף זיך דאס אויבען געזאגטע, אין א אופן וואס מ'דארף א התרה פון שלשה, זאלט איר דאס טאן, און דערציילן זיי, אז איר האט ניט געוואוסט וואס עס שטייט געשריבען אין אגרת התשובה [זעהט דארט פרק ג' (עמוד צ"ב ע"ב)[ און - אז אויף איז דאס געגען דער בארימטער תורה פון בעש"ט אויף דעם פסוק, כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו גו' עזוב תעזוב עמו (זעט דעם היום יום, כ"ח שבט (עמוד כ"ג)).
און די תעניתים פון פערציג טעג קענט איר פארבייטען, דורך טאן צוויי זאכען.
א) געבען אויף צדקה, אין א אופן אז דאס זאל באצאלט ווערן ביז פורים אדער פסח הבע"ל די סומע פון 27 דולר לערך.
ב) אומבייטען אויף תענית שעות, ד.ה. אז אין פארלויף פון עטליכע יאהר, צוטיילען אויף תעניתים ביז האלבען טאג, מען קען דאס צוטיילען אויף נייען (9) יאהר.
אויף איז פארשטענדליך, אז אייער שרייבען וועגן פרישות מאשתו תחי', איז דאס דורכאויס געגען דעתי, און איר דארפט זיך אויפפירען בשמירת דיני תורתנו הק' לויט חוקי ודיני טהרת המשפחה, אבער ניט בפרישות, און בפרט אז דאס איז דאך פארבונדען מיט צער פון נאך איינעם, וועלכעס פארנעמט א גרויסען ארט לויט שולחן ערוך.
אויף אייער פראגע בנוגע טאהן לשם תיקון דארפט אשר זעהן זיין קלאהר בעל פה אייניגע פרקים משניות און לפחות א פרק תניא (עס קאן זיין אויך פון די קלענערע פרקים), און יעדער וואכען טאג פארן דאוונען געבען אויף צדקה און אפהיטען די שיעורים פון חומש תהלים ותניא אלע טאג, און פארשטענדליך אז דאס אלץ דארף זיין בלי נדר.
אין ערווארטונג פון גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע און וואס פריער.
בברכה.
27 דולר לערך: ב' שלישי דולר לכל תענית. וראה לעיל ח"י אגרת ג'לד, ובהנסמן בהערות שם.
נייען (9) יאהר: ראה אגה"ת שם "בט' שנים או יותר".