Letter # 3335

ט' אדר, ה'תשט"ו - צום חשובן פרעזידענט גבאים און מתפללים דביהכ"נ נוסח האר"י

3335 - Greetings to the congregation of Nusach Ari on its 50-year jubilee!

Faithful to Arizal's teachings, the shul embodies the Megillah's lesson: saving the Jewish people through educating children. Your active approach brings success.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ט' אדר, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

צום חשובן פרעזידענט גבאים און מתפללים דביהכ"נ נוסח האר"י און צו די טשערלייט און אנטיילנעמער אין -50יעריקן יובילעאום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דער פייערונג פון -50יעריקן יובילעאום, פון אייער חשובע קאנגערייגיישאן נוסח אר"י וואס וועט פארקומען י"ב אדר הבע"ל.

די פייערונג איז ספעציעל וויכטיק דערפאר וואס זי באווייזט, אז די פירער און מעמבערס שאצן אפ די וויכטיקייט פון דער שול, בפרט א שול וואס טראגט דעם נאמען פון אר"י ז"ל, וואס האט ליכטיק געמאכט דעם וועג פון עבודת השם, עבודה מיט שמחה און מסירת נפש, מיט חסידישער ווארימקייט און הארציקייט.

אזוי ווי די פייערונג קומט פאר א טאג בעפאר מען לייענט די מגילה, האט די צייט א וויכטיקען צוזאמענבונד מיט דער געשעעניש, לויט ווי חסידים פארשטייען דעם אויסדרוק אז "מ'דארף לעבן מיט דער צייט". איינע פון די וויכטיקסטע נקודות וואס פורים לערנט אונז איז דאס, וואס די אידן אין יענער צייט, אין אנבליק פון דער גרויסער סכנה פון פארניכטונג ח"ו וואס האט א גאנץ יאר באדרויט דעם אידישן פאלק, מענער פרויען און קינדער, האבן זיך ניט פארלאזן אויף די גרויסע פארבינדונגען וואס זיי האבן געהאט מיט דער מלוכה דורך אסתר המלכה און מרדכי היהודי היושב בשער המלך, נאר האבן פארשטאנען, אז די הצלה פון אידישן פאלק ליגט אין דער הצלה פון די אידישע קינדער, וואס דערפאר האט מרדכי פארזאמלט די אידישע קינדערלעך מאסנווייז און האט זיי געלערנט תורה און מצוות, ווי עס ווערט אויספירלעך דערציילט אין גמרא און מדרש.

זעלבסטפארשטענדלעך, אז היינט איז אויך אזוי און נאך מער, ובפרט אין א פרייען לאנד, וואו די מעגלעכקייטן צו ראטעווען - ברוחניות - אידישע קינדער, זיינען גרויסע, און וואו יעדער איינער האט א געלעגנהייט צו האבן א חלק אין דער גרויסער הצלה ארבעט, וואס פון דעם הענגט אפ די צוקונפט פון אידישן פאלק ניט נאר ברוחניות נאר אויך דער פיזישער עקזיסטענץ פון אונזער פאלק בכל מקום שהם.

דעריבער בין איך ספעציעל צופרידן, וואס איינע פון הויפט אקטיוויטעטן פון אייער שול, איז דער חינוך הכשר פאר די קינדער אונטער דער אנפירערשאפט פון אייער איבערגעבענעם און ענערגישן רב, הרב שלום שי' ריבקין. זיכער וועט אויך ווייטער אנגעפירט ווערן די לעבנסוויכטיקע חינוך ארבעט אין גייסט פון מרדכי היהודי, באלויכטן און דורכגעדרונגען מיט תורת האר"י ז"ל, חסידישע לערע, חסידישע ווארימקייט און מסירות נפש, וואס בלויז אויף דעם אופן קען דער גרויסער נאמען פון אייער שול, נוסח האר"י ז"ל ווערן בארעכטיקט און אויסגעדריקט אין לעבן.

בברכת הצלחה,