Letter # 3038

None

3038

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ' מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"א חשון, אין וועלכען איר שרייבט אז דער מצב הפרנסה איז שווער און איר זייט דאס תולה וויילע צו חקלאות דארפמען אפולע געלט וכו'.

אבער דאס איז בכלל ניט פארשטאנדיק וויילע אין פילע פאלען אין אה"ק ת"ו איז אפילו אן געלט ארדענט מען זיך איין בא חקלאות. און עס איז א וואונדער וואס מ'זעט ניט דעם אמת, ניט קוקענדיג אויף דעם וואס איך האב שוין געשריבען מערערע מאל לאנשי הכפר בכללות, אז לויטן פתגם הצמח צדק אל"ף בי"ת אחדות ברכה, און וואס מער עס וועט זיין גרעסער די אחדות ניט נאר אין ענינים רוחנים נאר אויך אין ענינים גשמיים אלץ גרעסער וועט זיין די ברכה פון השי"ת ניט נאר אין ענינים גשמיים נאר אויך אין ענינים רוחנים. און דאס אליין וואס די אחדות קומט אן שווער, איז א הוכחה נוספת, אז אין דעם האנדעלט זיך.

זעלבסט פארשטענדליך אז איך וויל ניט באטאנען בהנוגע צו אייך בפרט, אבער דאס איז נוגע בכללות אין די ענינים פון כפר און במילא איז דאס נוגע יעדער פרט פון דעם כלל. און דעריבער קומט בא מיר ניט אויס אז איר זאלט ליקווידירען דאס וואס איר האט באקומען פון דער סוכנות וכו' ובפרט נאך דעם אז עס זיינען דורכגעגאנגען די שווערע יארען און זיי זיינען שוין פון הינטערזיך...

בברכת הצלחה.