Letter # 3039

None

3039

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ' מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוהרא"ש שי'[1]

שלום וברכה!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריף פון א' וירא אין וועלכען איר שרייבט לפי ערך בפרטיות וועגען דעם מצב פון בית הכנסת-חב"ד דפתח תקוה. און חאטש אין אייניגע פרטים דארפמען נאך תיקון לויט ווי איר שרייבט, אבער מיר ווייסין די הבטחת השם יתברך, פתחי לי כחודה של מחט ואני אפתח לך כפתחו של אולם, און אז דער גבאי און די מתפללים וועלען פון זייער זייט משתדל זיין זיך, וועט השם יתברך זיכער געבען הצלחה, און בפרט אז אויף יעדער אידן איז געזאגט געווארען: ונפש השנית בישראל היא חלק אלקה ממעל ממש, וואס דער לשון הכתוב (איוב לא, ב) איז חלק אלקה ממעל, און רבנו הזקן איז מוסיף דעם ווארט ממש, אז דאס זאל אראפקומען אין פועל ממש, ניט נאר אין מחשבה ודבור נאר במעשה אין טאג טעגליכען לעבען, און אין אלע ענינים וועגען וועלכע איר שרייבט אין ראשי תיבות. און ווי עס שטייט אין ספרים און רבנו הזקן האט דאס אריינגעשטעלט אין סידור, אז די הקדמה צו תפלה איז ואהבת לרעך כמוך, איז אז דער גבאי קוקט אויף די מתפללים מיט דער הקדמה און די מתפללים קוקען אויפן גבאי לויט דער הקדמה הנ"ל, איז דאס א זיכערע וועג אז עס וועט זיין ברכנו אבינו (ווארום) כולנו כאחד, און ווי עס איז מרומז אין תניא פרק ל"ב, און עס זאל זיין, דוקא ווי ער איז מסיים דארטען באור פניך. וואס די כוונה אין דעם איז אויך אז מען מאנט הארת פנים פון איינעם צו דעם אנדערן, שהרי כמים הפנים לפנים כן לב האדם לאדם.

ולהוסיף עכ"פ בתור הערה אין די ענינים פון בית הכנסת חב"ד, האב איך געבעטען צו געבען זיי בתור מתנה פון קה"ת, אייניגע ספרי חסידות, און תהלים וועלכע זיינען אפגעדרוקט געווארען בשם אהל יוסף יצחק על שם כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

ולחדש כסלו הוא חדש הגאולה הבע"ל ועל כל ישראל לטובה ולברכה, הנה בתור גבאי ימסור לכל המתפללים וב"ב וכל אשר להם, אשר יה"ר שיהי' פדה בשלום נפשי, וכמ"ש הטעם כי ברבים היו עמדי, שאפילו גם כשמתקוטטים בחיצוניות הנה בפנימיות ובאמת היו עמדי (וכמרומז בירושלמי סוטה פ"א ח') כולם שלמים בדיעה אחת לתורה אחת ולד' אחד. וכמבואר בתורת החסידות בכו"כ מקומות.

  1. 1 מוהר"ר א. שקלובסקי