Letter # 3021

None

3021

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ב מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון א' לך. איך בין פארוואונדערט געווארען לייענענדיק אין אייער בריף אז זייענדיק ברוסיא פון תרע"ה און געשטאנען אין פארבינדונג מיט אנ"ש, דאווענט איר נאך ניט - ווי עס ווייזט אויס פון אייער בריף - נוסח אר"י, אין דער צייט אז עס איז באוואוסט אז דאס איז איינע פון [די] צען זכותים וואס אדמו"ר רבנו הזקן האט גערעכענט דעם סידור נוסח אר"י, און במילא זעה איך ניט קיין ארט אויף ספיקות בנוגע דער הנהגה אין דעם אויף להבא, אז עס דארף זיין התפלה בנוסח אר"י.

אויף אייער פראגע וועגען לערנען פארן דאוונען, איז איינער פון די הכרחיות'דיקע לימודים דארף זיין דער לימוד החסידות און בנוגע דעם לערנען נגלה פארן דאוונען, זעהט אין דעם, לקוטי תורה דברים דף צ"ו ע"ב.

לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו וואס יעדער נויטיגט זיך און זעלבסט פארשטענדליך אז בנוגע צו א שידוך פאר אייער זון שי' דארף מען טאן אין דעם ענערגיש און אז מען טוט איז השם יתברך מצליח.

בברכה לפרנסה ולהצלחה בהנ"ל.