Letter # 2700

א' סיון, תשי"ד

2700 - Your son should continue with his studies, too early to worry about his future and marriage.

In merit that you raised a son who is studying with diligence Torah may you be blessed in all that you need.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, א' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

עס איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון כ"ב אייר, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער זון... שי', אז איר וואלט וועלען זעהען א תכלית פאר עם סיי בגשמיות און סיי ועגען הייראטען, וועלכע זיינען פארבונדען איינס מיט דאס אנדערע, און דערפאר פרעגט איר מיין מיינונג צי זאל ער גלייך אנהויבען לערנען זיך א פאך.

אייער זון שי' לערנט צווישען פילע בחורים פון זיין עלטער אדער נאך מיט א פאר יאר עלטער, דעריבער איז מיין מיינונג אז ער דארף זיך פירען אויך אין דעם ווי די אנדערע חברים זיינע, און בכלל איז דא דער סדר אז אין זיין עלטער איז נאך צו פריה צו אוועקגעבען זיך אויף תכליתים. און דעם ביישפיל וואס איר שרייבט אין אייער בריף, איז אויסער דעם וואס יענער איז פיל עלטער פון עם, זיינען פראן אנדערע ספעציעלע טעמים בא עם, אבער בנוגע אייער זון איז א שאד צו אפרייסען עם יעצט פון לערנען אין וועלכעס ער איז מצליח און האט חשק אין דעם.

יעצט בפרט איז די זאך פון שלייפען דימענטען זייער שוואך, און לערנען זיך דעם פאך נעמט א צוויי דריי חדשים ווען מען האט באקאטנשאפט וואו צו לערנען דאס, דעריבער איז נאך פראן גענוג צייט, און עס איז זיכער אז זיינער צייט וועט השי"ת מצליח זיין עם מיט א גוטע איינארדנונג סיי בנוגע צו פרנסה און סיי בנוגע א גוטען שידוך, אבער דערוויילע דארף ער בעסער די צייט אויסניצען צו איינשאפען זיך מער וויסען אין לערנען וואס דאס וועט עם צוניץ קומען אויף דעם גאנצען לעבען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

און אין איינקלאנג מיט דאס אויבענדערמאנטע דארפמען עם יעצט ניט שטערן מיט מחשבות פון תכלית און שידוכים וועלכעס איז נוגע ערשט א פאר יאר ארום, און זאל ער יעצט פארטזעצען זיין לערנען להצלחה.

לויט אייער בקשה וועט מען מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום בעסערונג פון אטייער[1] געזונט און אויך צו פרנסה, און דער זכות וואס איר האט אויפגעהאדעוועט א זון וועלכער לערנט מיט התמדה די תורה פון השי"ת און פירט זיך אויף לויט אירע - תורה - אנווייזונגען, זאל אייך ביישטיין אין דעם אלעס וואס איר נויטיגט זיך.

בברכה.

  1. 1 אייער