Letter # 2701

ב' סיון, תשי"ד - מוה"ר אלחנן שי' הכהן קאווען

2701 - It is unimaginable great that you got the boy to once again put on Teffilin regularly.

Teffilin align the head with the heart.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ב' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר אלחנן שי' הכהן[1] 

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך מר ניסן שי' מינדעל וועלכער האט מיר אויך דערציילט וועגען אייער איינווירקונג אויף א בחור אז ער זאל ווידער אנהויבען לייגען תפילין, נאכדעם ווי ער האט דאס א צייט ניט געטאן, און די גרויסקייט פון דער זאך איז דאך ניט צו משער זיין, און ווי עס ווערט ערקלערט אויך אין אייער תפילין העפט אז דאס גלייכט אויס די קאפ מטיט[2] דער הארץ, און ווי דער לשון פון שולחן ערוך וועלכעס ווערט אויך אראפגעבראכט אין תניא פרק מ"א - זייט 2 - ליבטל וליכלל בחי' חכמתו ובינתו וכו' וכן ליבטל וליכלל בחי' הדעת שבנפשו וכו' לשעבד הלב והמוח וכו'.

און די טעג וואס פאר מתן תורה זיינע ספעציעל הצלחה טעג וואס מען נעמט אויף זיך דעם ענין פון אהבת ישראל צו מקרב זיין זיי תצו[3] תורה ומצות, זאל דאס אראפקומען לפועל און אין א גוטען פרייליכען אופן.

בברכה בנוסח כ"ק מו"ח אדמו"ר, לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות, און מיט בעסטע גרוסען למרת כהן תחי' און אייערע קינדער און איינגקלעך[4] שיחיו. 

  1. 1 קאווען
  2. 2 מיט
  3. 3 צו
  4. 4 אייניקלעך