9177 —9177

ב"ה, כ"ה תמוז, תשכ"ו — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ה תמוז, תשכ"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 11/7 אין וועלכען איר שרייבט, וועגען די באציה[א]ונג[ע]ן אין הויז וכו'.

בכלל אין אזעלכע זאכען, קען מען אויפטאן מערער דורך פריינד און באקאנטע, איידער דירעקטע רייד פון נאהענטע.

צו אייער שרייבין, אין שלוס פון אייער בריף, אין וואס צו אינוועסטען געלט.

דארפמען ריידין אין דעם, מיט פארלעסליכע ביזנעס לייטע, און גוטע פריינד, וועלכע ווייסען אין דעם, אדער קענען אויסגעפינען וועגען דעם.

און השם יתברך וועלכער גיט אכטונג אויף יעדערן, מאן און פרוי, זאל אייך פירען אין דאס אלץ אויבען געשריבענע, אין א גוטער וועג, גוט אין אלע הינזיכטען.

איך האף אז ס'איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען, אז די טאג טעגליכע אויפפירונג מוז זיין אין איינקלאנג מיט די אלע אנווייזונגען פון אונזער הייליקער תורה, תורת חיים, און אפהיטען די מצות, אויף וועלכע עס שטייט, וחי בהם, וואס אלס צוגאב צום עיקר, אז דאס איז דער אנזאג פון השם יתברך, איז דאס אויך די וועג אויף צו באקומען זיינע ברכות אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך.

געוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע פרויען צו געבן אויף צדקה, יעדער מאל פאר ליכט צינדן, ערב שבת און ערב יום טוב, און עס וואלט גוט געווען מ'זאל בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז - אויב דאס איז ניט געטאן געווארן אין די לעצטע 12 חדשים -

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

בכלל אין אזעלכע זאכן: ראה גם לקמן אגרת ט'קצט. ט'ריט.

וחי בהם: אחרי יח, ה.

Leave Feedback