ב"ה, י"ד סיון ה'תשכ"ה
ברוקלין, נ.י.
אגודת נשים דבראנזוויל ואיסט-ניו-יארק ה' עליהן תחיינה
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף דער ידיעה וועגן אייער לאנטשען און "שלוס מיטינג" ביום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, הבע"ל, יהי רצון אז די אונטערנעמוג זאל זיין מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.
איינע פון די אנווייזונגען פון פרשת שלח איז, אז ווען די שלוחים וואס משה רבנו האט געשיקט ארומקוקן ארץ-ישראל זיינען צוריקגעקומען און האבן געבראכט א ניט-ריכטיקן באריכט - האבן זיך די פרויען ניט אפגעשראקן און האבן ווייטער געוועלט אנהאלטן זייער וועג צו ארץ-ישראל, ארץ הקדש - "דאס לאנד וואו די ספעציעלע ג-טלעכע השגחה איז פון אנהויבס יאר ביז ענדע יאר".
די צוגעבונדנקייט פון דער אידישער פרוי צו "ארץ הקדש" איז אן אויסדורק פון איבער איבערגעבנקייט צו אלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, וואס צייטנווייז דריקט עס זיך אויס נאך אין א שטארקערע פארם ווי בא די מענער.
דערפון איז אן אנווייזונג אויך פאר אונזער דור, אז די פרויען קענען פיל אויפטאן צו פארשטארקן אלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, צוערשט אין זייער אייגענער היים און צוזאמען דערמיט אויך אין דער סביבה אין א פאסנדן אופן, און אזוי ארום מאכן בא זיך אינדערהיים און אין דער סביבה אן "ארץ הקדש", פאר דער ג-טלעכער שכינה.
און פונקט ווי צוזאמען מיט ארץ-ישראל זיינען געגעבן געווארן אלע ג-טלעכע ברכות פון "ארץ זבת חלב ודבש" אויך אין דעם מאטעריעלן זין, אויב נאר מען וועט זיך אויפפירן לויט דעם אויבערשטנס רצון, אזוי זיינען שטענדיק אנגעגרייט אלע ג-טלעכע ברכות פאר אלעמען וועכלע העלפן פארשטארקן און פארשפרייטן תורה-אידישקייט, לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן.
השם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט אין דער ריכטונג אין א פארשטארקטער און פארגרעסערטער מאס און זאל באגליקן אייך און אייערע בני בית שיחיו אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך, בטוב הנראה והנגלה בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות,
מ. שניאורסאהן
נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 300 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
די פרויען: ראה פרש"י פנחס כו, סד (מספרי שם כז, ד).
מאכן... הקדש: ראה גם אגרת שלפנ"ז, ובהנסמן בהערות שם.