8839 —8839

צי די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ.י. קאמיטע פאר דעם סעמינאר למורות ובתי ספר מקצועיים לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ה' עליהן תחיינה   ב"ה, כ"ז סיון, תשכ"ד — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ז סיון, תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

צי די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ.י. קאמיטע פאר דעם סעמינאר למורות ובתי ספר מקצועיים לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דעם פארקומענדן יערלעכן לאנטשאן א' דראש חודש תמוז הבע"ל.

דער חודש תמוז האט א ספעציעלע באדייטונג פאר יעדן איינעם און איינער פון אונז בתוך כלל ישראל. אין דעם חודש (י"ב-י"ג תמוז) איז, ווי באקאנט, באפרייט געווארן כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער נשיא פון אונזער דור, פון סאוויעטישער טורמע און פארשיקונג.

די מסירות-נפש'דיקע-בפועל-ממש ארבעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר צו אויפהאלטן און פארשפרייטן תורה און מצוות, בפרט אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, איז אייך זיכער באקאנט. דאס איז איינע פון די אייביקע גייסטיקע ירושות וואס דער רבי דער שווער האט איבערגעלאזן פארן כלל ישראל און ספעציעל פאר יעדן מאן און פרוי וואס האבן א שייכות צו חב"ד. פון דער ירושה שעפן מיר אלע פרישע כוחות פארצוזעצן זיין הייליקע ארבעט. די דאזיקע ארבעט איז אויך אן אונערשעפלעכער קוואל פון ג-טלעכע ברכות וואס דער רבי דער שווער האט געבענטשט יעדן איינעם און איינע וועלכע נעמען א חלק אין שטיצן זיינע מוסדות, בפרט די מוסדות חינוך על טהרת הקדש. אייער ארבעט האט נאך דערצו די מעלה וואס די מוסדות וועלכע איר שטיצט געפינען זיך בארצנו הקדושה אין כפר חב"ד וואס כ"ק מו"ח האט געגרינדעט און געהאלטן אזוי טייער.

השם יתברך זאל העלפן, אז אייער ארבעט זאל אנגיין מיט גרויס הצלחה, און זאל האלטן אין פארגרעסערן זיך, ווי אלע לעבעדיקע זאכן וואס לעבן און וואקסן. צוגלייך זאלן אויך מקויים ווערן אין א וואקסנדער מאס די ג-טלעכע ברכות וועלכע זיינען פארבונדן מיט דער ארבעט, בא אייך און אייערע בני בית שיחיו, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 283 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

Leave Feedback