ב"ה, ערב י"ט כסלו, גאולתנו ופדות נפשנו, תשכ"ד
ברוקלין, נ.י.
צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
די יערלעכע פייערונג קומט היי-יאר פאר באלד נאך י"ט כסלו - דער טאג פון באפרייאונג פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן ערוך, דער גרינדער פון חב"ד, וואס היי-יאר איז געווארן 150 יאר זינט זיין הסתלקות.
עס איז דעריבער צו דערווארטן, אז אלע אנטיילנעמער וועלן קומען צו דער יערלעכער אונטערנעמונג פול מיט באגייסטערונג, וואס וועט זיך אויסדריקן אין קאנקרעטע מעשים צו דערפילן די פינאנציעלע באדערפנישן פון דעם מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש אין דער פולסטער מאס.
אין א גוט באקאנטן בריוו פון דעם אלטן רבי'ן דערקלערט דער אלטער רבי, אז די בשורה פון זיין באפרייאונג איז געקומען צו אים אין דעם מאמענט ווען ער האט געהאלטן בא דעם פסוק אין תהלים (נה, י"ט): פדה בשלום נפשי - "דער אויבערשטער האט אין פרידן אויסגעלייזט מיין זעלע" - גו'.
די דאזיקע השגחה פרטיות'דיגע צוטרעפונג דארף זיכער דינען אלס אן אפלערנונג פאר יעדן איינעם פון אונז. ווארום יעדער איינער דארף דאך האבן א פערזענלעכע אויסלייזונג פון אלע שוועריקייטן און שטערונגען אין טאג-טעגלעכן לעבן, וועלכע שטערן צו דערגרייכן דאס וואס מען דארף דערגרייכן אלע טאג; אין גשמיות און אין רוחניות.
דערקלערן אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דעם דערמאנטן פסוק אין תהלים מיט די פאלגנדע אינהאלטסרייכע ווערטער: אמר הקב"ה, כל העוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל עם הציבור מעלה אני עליו כאילו פדאני לי ולבני מבין אומות העולם - "דער אויבערשטער זאגט: דער וואס פארנעמט זיך מיט תורה און גמילות חסדים און היט אפ תפילה בציבור, איז ער בא מיר אנגענומען ווי ער וואלט מיך און מיינע קינדער אויסגעלייזט פון צווישן די פעלקער פון דער וועלט" (ברכות ח, א).
דערמיט אונטערשטרייכן אונזערע חכמים זכרונם לברכה, אז די פערזענלעכע אויסלייזונג פון יעדן אידן, און פון דעם אידישן פאלק צוזאמען מיט דעם אויבערשטן (כביכול), איז דירעקט פארבונדן מיט תורה, גמילות חסדים (מצוות שבין אדם לחברו) און תפילה (מצוות שבין אדם למקום).
די יערלעכע אונטערנעמונג צו שטיצן די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש גיט א מעגלעכקייט צו האבן א חלק אין די אלע דריי זאכן, וועלכע פאראייניגען זיך אין די ליובאוויטשער ישיבות: תורה, סיי נגלה און סיי פנימיות התורה, וואס ברענגט צו אהבת ה' און יראת ה' (ווי דער רמב"ם אונטערשטרייכט אין אנהויב פון פרק ב' הלכות יסודי התורה), און לערנט דעם טיפערן זיך פון "תפילה בציבור" - צוזאמענקלייבן אלע געדאנקען און כוחות הנפש און פאראייניקן זיי מיט דעם אויבערשטן, און מיט אלע אידן. דורך צדקה און גמילות חסדים פאר דעם מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, ספעציעל צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער חגיגה, ווערט יעדערער איינער און איינע א שותף אין די אלע דריי זאכן וועלכע ברענגען גאולה ופדות, באפרייאונג און אויסלייזונג, פאר דעם פרט און דעם כלל. דער אויבערשטער זאל העלפן, אז יעדער איינער און איינע זאל זוכה זיין דערצו אין דער פולער מאס.
בכבוד ובברכה להצלחה רבה בכל האמור
מנחם שניאורסאהן
ח'תשיח.
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 259 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
בריוו: אג"ק אדה"ז ח"א אגרת לח. לט.
דעם טיפערן זין: ראה גם התמים חו' ב' ע' מה [עה]. לקו"ש ח"ב ע' 477.