Letter # 6037

ו' שבט, תשי"ח - די בראנזוויל- איסט-ניו-יארק ליידיס אקזילערי פאר די ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש

6037 - The Vital Role of the Jewish Woman

The Rebbe highlights the Ladies' Auxiliary's role, comparing their support for Yeshivat Tomchei Temimim to Miriam’s song at the Sea. He emphasizes that women’s joy and Chassidic warmth at home are essential for communal completeness and the preparation for Moshiach.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

In English

ב"ה, ו' שבט, תשי"ח

ברוקלין.

צו די בראנזוויל- איסט-ניו-יארק ליידיס אקזילערי פאר די ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש,
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער מיטטיילונג וועגן דעם יערלעכן באנקעט, וואס דארף פארקומען די וואך, יום ד, פ, בשלח - דאס איז די וואך פון שבת-שירה און דער טאג פון דער שירה, ווארום גראדע געפינט זיך די שירה אין רביעי, וואס געהערט צו מיטוואך, רביעי בשבת.

דער סיום פון דער שירה - וואס אלעס גייט דאך לויטן סיום - איז די שירה פון מרים הנביאה. אן דער שירה פון מרים וואלט די שירה פון משה רבינו ניט געווען פאלקאם. די שירה פון מרים בשמחה און כל הנשים פארפאלקאמט דעם אז ישיר משה ובני ישראל.

דערמיט גיט די תורה הקדושה אן אנווייזונג פאר די אידישע פרויען פון אלע דורות, אז די אידישע פרוי האט א גרויסע פאראנטווארטלעכקייט און זכות אין די הייליקסטע מאמענטן און וויכטיקסטע געשעענישן אין דער געשיכטע פון אונזער פאלק.

קריעת ים סוף איז געווען א צוגרייטונג צו קבלת התורה און צו דער ג-טלעכער אנטפעלקונג ביים בארג סיני. די אידישע פרויען האבן געהאט א וויכטיגען חלק אין דער צוגרייטונג.

אויך היינט שטייען מיר אויפן וועג צו דער ג-טלעכער אנטפלעקונג, על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו. די צוגרייטונג דערצו איז דורך תורה און מצוות און פנימיות התורה אין דער באלויכטונג פון תורת החסידות. פאר דעם צוועק איז געגרינדעט געווארן ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש און איז איבערגעפלאנצט געווארן אין אמעריקע דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר, וועמענס יום הילולא קומט אויך אויס די וואך.

איך האף אז דאס אויבנדערמאנטע וועט געבן יעדער איינער פון אייך די נויטיגע דערמוטיקונג צו פארגרעסערן אייער ארבעט לטובת הישיבה מיט מסירות-נפש און שמחה. און גלייכצייטיק וועט איר פארשטארקען אלע ענינים פון תורה און מצוות, מיט חסידישער ווארימקייט און ליכטיקייט, יעדע איינע בא זיך אין שטוב און אין דער סביבה ארום, וואס דערמיט ברענגט איר אראפ די ג-טלעכע ברכות מצליח צו זיין אויך אין אייערע ענינים פרטיים בגשמיות וברוחניות.

בברכה לבשורות טובות אין דאס אלעס אויבן געזאגטע.