Letter # 6036

ה' שבט, תשי"ח

6036 - Spiritual Solutions for Family Challenges

The Rebbe links children's well-being to parents' observance of Family Purity. He advises strengthening personal adherence and influencing others as a form of spiritual "repayment" that brings divine protection to one's family.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

In English

ב"ה, ה' שבט, תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

... בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם תוכן פון אייער שרייבען און געוויס איז איבעריג אויפמערקזאם מאכען, אז וואס אלץ מער מ'גיט צו אין ענינים פון תורה ומצות, די אלע פאראינטערעסירטע אין דעם ענין, איז השם יתברך מוסיף אין זיינע ברכות אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך.

חאטש ס'איז ניט באקוועם צו שרייבען דאס ווייטערדיקע, דאך געפין איך פאר מיין חוב ניט צו אויסמיידען דאס, אז מערערע מאל, זיינען אזעלכע פאלען בא קינדער, רעזולטאט פון דעם וואס די עלטערן האבען זיינער צייט (ד.ה. ווען די מוטער האט פארשווענגערט מיט דעם קינד) ניט געווען אפגעהיט ווי געהעריג אין די חוקי ודיני טהרת המשפחה, און אויב אין דעם פאל איז דאס ח"ו אויך געווען אזוי, איז זעלבסט פארשטענדליך ווען מען וויל באזייטיגען דאס געשעהענע, מוז מען צוערשט גוט מאכען דאס וואס פאראורזאכט אזא געשעהעניש, און חאטש לכאורה איז דאך דאס שוין אזאך פון עבר, אבער ווי באוואוסט איז די אנווייזונג פון תורתנו הק' אין לך דבר העומד בפני התשובה האט מען צו דעם אויך געגעבען א עצה, אז די תשובה דארף זיין א גרעסערע, דאס מיינט אז עס דארף דאפעלטע אז זיי אליין (די עלטערען) זאלען שטריינג אפהיטען להבא די חוקי ודיני טהרת המשפחה און אז זיי זאלען אויך איינווירקען אויף אנדערע אויף וויפיל עס איז נאר אין זייער מעגליכקייט צו פארשפרייטען די ענינים פון טהרת המשפחה, און דענסטמאל איז על דרך ווי דער לשון המדרש הידוע, אתה הצלת נפש וכו' אז השם יתברך וועט זעהען, אז דורך זיי זיינען געראטעוועט געווארען פילע קינדער פון דער זאך, (דורכן אפהיטען טהרת המשפחה פון זייערע עלטערען) וועט דאס בריינגען א תרופה מיט אלע תוצאות צו זייער קינד. און השי"ת זאל העלפען איר זאלט געפינען די פאסענדע ווערטער בדברים היוצאים מן הלב באופן עס זאל בריינגען לפועל.

בברכה לבשו"ט.

נ.ב.

בהזדמנות זו אעוררו על שמירת שלשת השיעורים דחומש תהילים ותניא הידועים, שכ"פ שמענו מכ"ק מו"ח אדמו"ר, ששוים הם כל נפש וסגולה לכו"כ ענינים.