ב"ה, י"א טבת, תשי"ח
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ו' טבת מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער עלטערן שוואגער שי' וואס עס האט פאסירט נאכן קויפן די צווייטע קאר.
והנה איך ווייס ניט די מנהגים אין דעם קרייז וואו עס באלאנגט לויט אייער שרייבען, אבער מיר דאכט, מפי השמועה, אז דארטען איז שטארק אפגעפרעגט די זאך אז די פרוי זאל פירן א קאר, חאטש אין אנדערע פרומע קרייזען, האט מען א אנדער השקפה אויף דעם, אבער עס איז דאך אויך באוואוסט דער כלל פון תורה, אז באתרי' דרב דארפמען זיך אויפפירען ווי דער פסק פון רב, און באתרי' דשמואל כשמואל, איז פון דעם פארשטענדליך אז דער פרסום אין דעם ענין, אז דאס באלאנגט צו דער פרוי, און ווי עס זעהט אויס האט מען זיך משתדל געווען צו מפרסם דאס זיין, צוליב דעם טעם וואס איר שרייבט, איז דער פרסום האט נאך פארגרעסערט די זאך, פון ניט אויפפירען זיך לויטן מנהג פון דעם קרייז וואס ער איז שייך בעבר ובהווה. און דאס איז מעגליך די סיבה פון דער פאסירונג.
איז אויב אזוי, איז דער תיקון צו מפרסם זיין פארקערט (און דאס איז גרינג, וויבאלד דער פאקט איז דאך אזוי, אז ניט זי נוצט די קאר), אבער אין ענין פון תיקון, דארפמען מוסיף זיין אויף דאס פריערדיקע, וכמבואר באגרת לרבנו הזקן אגרת התשובה פרק ט', מהנכון אז לערך א חומש פון דעם וואס ער האט באצאלט און וועט באצאלען פאר דער קאר זאל ער געבען אויף צדקה וועלכע איז פארבונדען ביחוד מיט יראת שמים. והשי"ת יצליחו.
בברכה לבשו"ט.
נ.ב.
וויבאלד אז יעדער ענין איז דאך בהשגחה פרטית, און הנ"ל האט זיך געווענדעט צו מיר דורך אייך, איז ס'דאך פשוט, אז אין קאר אנגעלעגענהייטען פארשטיי איך ווייניגער ווי אין עניני תורה ויראת שמים, און דאך פרעגט ער מיר וועגען דעם, ענטפער איך אויך בנוגע צו עניני תורה, אז ער האט געדארפט נעמען אויף זיך צו אפהיטען - בלי נדר - די שיעורים פון חומש תהלים ותניא וואס מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז זיי זיינען שוים לכל נפש, ובמילא איז ניט נוגע צו וועלכען חוג (קרייז) ער זאל ניט באלאנגען, וק"ל, און זיכער וועט איר געפינען די פאסענדע ווערטער צו מסביר זיין דאס עם, חאטש עס פאדערט זיך ניט קיין סך הסברה.
נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 402.