ב"ה ו' מ"ח, תשי"ח
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ג', און איך האף אז חאטש איר דערמאנט ניט וועגען דעם, אז געוויס קומענדיג צוריק אין ניו הייווען האט איר איבערגעגעבען דעם אינהאלט פון דער התועדות דא, די פאסענדע נקודות - צו די אויף וועלכע איר האט א השפעה, און וואס באמת איז אלץ פאסיג פאר זיי, ווארום עס האט זיך דאך גערעט וועגען ענינים פון תורה ומצות, וועלכע זיינען געגעבען געווארען צו אלע אידען עד סוף כל הדורות, און ווי באוואוסט, אז דערפאר איז די שפראך בא מתן תורה, אנכי ה' אלקיך בלשון יחיד, וויילע עס איז געווארען געזאגט צו יעדער איינעם פון די ששים רבוא וועלכע זיינען געווען בשעת מעשה, און אויך צו אלע נשמות פון אלע דורות וועלכע זיינען אויך געווען במעמד הר סיני, ווי געזאגט אין פרקי דרבי אליעזר.
לויט אייער בקשה וועט מען מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ווען איר וועט שרייבען דעם נאמען פון אייער פרוי תי' מיט דעם נאמען פון איר מוטער, די נעמען זייערע בלשון הקדש, וועט מען אויך זי מזכיר זיין, ווי דער מנהג ישראל איז צו מזכיר זיין מיט איר און איר מוטערס נאמען, און השם יתברך זאל העלפען אז בקרוב זאלט איר קענען אנזאגען גוטע בשורות אין אלע פרטים וואס איר שרייבט, און אויך אין דעם ענין פון פך השמן וואס איר דערמאנט[1], וואס כפשוטו גייען מיר דאך אלץ נעהנטער צו חנוכה, וואס דער נס איז געווען בגלוי, און די הכנה צו דעם איז געווען, די מסירות נפש פון אידן אין די טעג פאר דעם, וואס מסירת נפש איז די כוונה ניט דוקא אז עס קומט א עכו"ם און האלט מלחמה, נאר אפילו מסירת נפש אין דער מלחמה מיט דעם נפש הבהמית, וואס ליידער מוז מען טאן דאס אפטער, און וויבאלד אז מען איז געצוואונגען צו דעם איז דאס זיכער אז השי"ת גיט כחות אויף צו באזיגען, ובשמחה ובטוב לבב.
בברכה לבשו"ט.