Letter # 5477

מוצאי שבת קדש במדבר, ה'תשי"ז - צו דער יערלעכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד דאה"ב וקנדה

5476B - Building a Mishkan in a Spiritual Desert

The Rebbe blesses the annual convention of Agudas N'shei U'Bnos Chabad, encouraging them to turn inspiration into action. Drawing from the weekly Torah portions, he emphasizes their mission to build a spiritual Mishkan even amid a desert of values, especially highlighting the unique role of women and the importance of early childhood education.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, מוצאי שבת קדש במדבר, ה'תשי"ז ברוקלין, נ.י.

צו דער יערלעכער קאנווענשאן פון
אגודת נשי ובנות חב"ד דאה"ב וקנדה
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

דערמיט שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמערינס און מיטגלידערינס פון אגודת נשי ובנות חב"ד צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער צוזאמענקונפט. השם יתברך זאל העלפען פארווירקלעכען אלע לעבנסוויכטיקע פלענער פון דער קאנווענשאן אין כסדר-וואקסנדע אויפטואונגען און וואס מער פארצווייגטער טעטיקייט. ווארום דער תכלית פון מחשבה (געדאנק) און דיבור (רייד) איז דאך מעשה בפועל.

אין איינקלאנג מיט דעם באקאנטען ווארט פון כ"ק אדמו"ר הזקן, דער גרינדער פון חב"ד, וואס איר טראגט אויך דעם נאמען, אז "מען דארף לעבען מיט דער צייט", דאס הייסט, מיט דעם אינהאלט פון דער פרשה פון דער וואך, זאל אייער צוזאמענקונפט אריינברענגען לעבען און לעבעדיקייט פון דעם קוואל פון לעבען, תורתנו תורת חיים, ווי ס'איז באלויכטען פון חסידות, דברי אלקים חיים, אין אייער ארבעט בכלל, און אין דער ארבעט לויט די אנווייזונגען און רמזים פון די פרשות-השבוע בפרט.

איינער פון די ענינים פון די סדרות במדבר און נשא, צווישען וועלכע די קאנווענשאן קומט פאר, איז דער געמיינזאמער ענין - וועגען דעם משכן אין מדבר און וועגען די פליכטען וועלכע זיינען פארטיילט געווארען אין צוזאמענהאנג מיטן בריינגען דעם משכן פון ארט צו ארט.

דאס אונטערשטרייכט, אז אפילו ווען אידען געפינען זיך אין א מדבר האבען זיי דעם כוח אויפצושטעלען א מקום קדוש, א משכן, פאר דער ג-טלעכער שכינה צו רוען צווישן אידען בכלל או אין יעדען אידען בפרט.

פונקט ווי ס'איז פאראן א מדבר אין א קערפערלעכען זין - א וויסטעניש, וואו עס הערשען עקסטרעמע קלימאטישע עלעמענטען און אלערליי מזיקים, אזוי איז אויך פאראן א גייסטיקער מדבר, וואו עס הערשען די שעדלעכסטע גייסטיקע אידייען, און דאס קען אויך זיין אין א לאנד וואס איז אין גשמיות א בליענדער גארטען.

לערענט אונז די תורה הקדושה, אז געפינענדיק זיך אין א גייסטיקען מדבר, קען מען, דארף מען און מוז מען אויפשטעלען א מקדש, טראגען עם און גיין פאראויס אין די ג-טלעכע שכינה טריט, ביז מען קומט צו דער ג-ט געבענטשטער הייליגער לאנד, צו דער אמתער און פולער גאולה על ידי משיח צדקנו.

דאס איז אן אנווייזונג פאר אלע אידען, אבער באזונדערס פאר אידישע פרויען, ווארום ס'איז דאך באוואוסט, אז ביים בויען דעם משכן האבען זיך די פרויען אפגערופען די ערשטע, נאך פריער פאר די מענער.

אין דעם גייסטיקען מדבר פון געוויסע קרייזן וואס עס הערשט בא זיי א וויסטעניש און פוסטקייט אין אידישקייט בכלל, שוין אפגערעדט פון חסידישען ארט לעבען בפרט, האט איר דעם גרויסען און אייביקען זכות צו זיין צווישן די ערשטע אין אויפשטעלען דא בכלל און אויך בא זיי א משכן לו יתברך. און איך האף אז איר וועט דערפילען די אייער לעבנס-פליכט מיט איבערגעבענהייט און לעבעדיקייט.

ספעציעל וויל איך ציען די אויפמערקזאמקייט צו דער נויטווענדיקייט אפצוגעבען זיך ניט נאר מיט דערוואקסענע, נאר אויך מיט די גאר יונגע קינדערלאך, ווארום, ווי מען זעט באשיינפערלעך, אז מען הויבט אן דערציען א קינד אין א געוויסע ריכטונג פון גאנץ פרי אן - איז מען געזיכערט מיט פיל מער הצלחה און מיט גרעסערע און בעסערע פירות.

מיט דער ברכה איר זאלט מצליח זיין אין אייער ארבעט, וואס דאס וועט צוגעבען אויך אין דעם אויבערשטענס ברכות בענינים הפרטים,

און, אין נוסח הברכה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - אז יעדערער פון אונז בתוך כלל ישראל זאל מקבל זיין די תורה מיט שמחה און בפנימיות.

מנחם שניאורסאהן