Letter # 3352

טו"ב אדר, ה'תשט"ו - צו אלע פריינט פון תורה וחינוך הכשר און צו די אנטיילנעמר אין דער יערלעכע חגיגה פון "בית רבקה" בפרט

3352 - Support Beis Rivkah: Girls' school prepares future mothers, the mainstay of home.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, טו"ב אדר, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

צו אלע פריינט פון תורה וחינוך הכשר און צו די אנטיילנעמר אין דער יערלעכע חגיגה פון "בית רבקה" בפרט
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע חגיגה פון די "בית רבקה" מוסדות, וואס קומט פאר דעם קומענדיקן זונטאג, י"ט אדר, דארף באטראכט ווערען, מיט א בעזונדער אויפמערקזאמקייט און ערנסקייט.

עס מוז אונטערשטראכן ווערען, ווידער אמאל און נאכאמאל, אז די אידישע טאכטער, די צוקונפטיקע בעל-הבית'טע, די עקרת הבית פון דער אידישער היים, איז די אין וועמענס הענט, אין א גרויסער מאס, עס ליגט די דערציאונג פון די קינדער; די, וועלכע, אין א גרויסער מאס שאפט און פורמט דעם גוף און די נשמה פון דער אידישער היים, בריינגט אריין די ליכטיקייט פון תורה און מצוות, שבת און יו"ט, גוטע מדות און שיינע אידישע מנהגים - די אלע זאכן וועלכע שאפן א כשר'ע, ריינע, גליקלעכע אידישע היים.

אין די בית רבקה מוסדות ווערען די אידישע טעכטער דערצויגן און צוגעגרייט, פאר זייער גרויסע לעבנס-אויפגאבע. און דערפאר זיינען די בית רבקה מוסדות א לעבנס-נויטווענדיקייט.

ליידער ניט קוקנדיק אויף דאס אויבנדערמאנטע, ראנגלען זיי זיך מיט שווערע פינאנציעלע פראבלעמען, וועלכע שטערן זייער אנטוויקלונג און וואוקס.

איך ווענדע זיך מיט א הארציגן רוף צו אלעמען, וועמען תורה און אידישקייט על טהרת הקודש איז נאענט און טייער, צו העלפין שאפן א ממשית'דיקע הילף פאר די בית רבקה מוסדות, און אויך ווירקען אויף זייערע פריינד און באקאנטע זיי זאלען דאס טאן.

און דער זכות פון שטארקן דעם חינוך פון בנות ישראל ברוח ישראל סבא, וועט זיכער ביישטיין די שטיצער און מיטהעלפער, אז השי"ת זאל זיי העלפין אין אלעס וואס זיי נויטיגן זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכת כל טוב,

מ. שניאורסאהן