Letter # 3234

כ"ז טבת, תשט"ו - מרת רבקה תחי' שרפשטיין

3234 - Encouragement and Direction to a Young Women's Jewish Organization

I appreciated your foresight in assuring the women that this isn't a political endeavor or a fundraising venture, avoiding common issues that often deter and alienate valuable individuals.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ז טבת, תשט"ו

ברוקלין.

מרת רבקה תחי'[1]

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם העכסט וויכטיגען ענין צו ארגאניזירן יונגע פרויען און צוזאמענקומען זיך אין באשטימטע צייטען צו לערנען און שמועסין וועגען ענינים פון אידישקייט, און בפרט דינים פון תורתנו הק' און מנהגי ישראל, וואס די נויטיגקייט אין דעם איז גאר ניט צו משער זיין, און בפרט ווע[ן] מען רעדט צו יונגע פרויען וועלכע הויבען ערשט אן איינשטעלען זייער הויז, וואס פון דער איינשטעלונג איז אפהענגיג דער עתיד פון א דור ישרים יבורך.

איך בין געווען צופרידען פון דער פארזיכטיקייט וואס איר האט זיי פארזיכערט אז דאס איז ניט קיין פאליטישע זאך און ניט קיין ארגאניזאציע אויף צו זאמלען געלט, וואס ליידער דא אין אמעריקא איז דאס געווארען א עגל ר"ל. וואס דורך דעם שרעקט מען אפ און שטופט אפ פילע מענשן וואס עס איז העכסט וויכטיג און ווערטפול צו ארבעטען מיט זיי, און איך האף אז איר וועט טאן אין דעם מיט דער געהעריגער ענערגיע וועט דאס געוויס געקרוינט ווערען מיט ערפאלג.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיינעם א בריף צו די סניפי אגודת נשי ובנות חב"ד, חאטש אייער גרופע איז נאך אין אנפאנג פון ארגאניזירונג, אבער איר קענט דאס ליינען - און וויי דער אמת איז - אלס א בריף וועלכער איז געשיקט געווארען צו אייערע פריינדינעס וועלכע זיינען מיטגלידער אין דער ארגאניזאציע פון נשי ובנות חב"ד, און בא דער געלעגענהייט אויך איבערגעבען א גרוס און ברכת הצלחה צו די אלע וועלכע באטייליגען זיך שוין, און אויך צו די וואס וועלען זיך אנשליסען אין דער צוקונפט צו טאן דעם רצון פון השם יתברך אויף צו פארשטארקען און פארשפרייטען אידישקייט, און השי"ת וועט ערפילען זייערע באדערפענישן בנוגע צו זיי און זייערע פאמיליעס.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אז דער הויפט ציעל דארף זיין צו באווארענען אז מען זאל אפהיטען צו טאן די מצות מעשיות בנוגע צו דעם טאג טעגליכען לעבען כי זה כל האדם, חאטש מיט געוויסע מענשן דארפמען דאס צובריינגען דורך א דיפלאמאטישן וועג און דורך פערשידענע הקדמות והכנות, אבער די הכנה דארף ניט איינשלינגען די עיקר זאך.

בברכת הצלחה.

נ.ב.

אויף אייער פראגע צי זאלט איר באלאנגען צו א פאליטישען פארבאנד פון יונגע פרויען, איז לויט מיין מיינונג דארפמען דאס ניט, ווארום קיינע נוצען זעה איך ניט פון דעם, און שאדען צו אייער ארבעט וועט דאס געוויס בריינגען, ווארום וואס א פארבאנד דאס זאל ניט זיין, איז דאך פראן א געוויסע צאל וועלכע זיינען ניט צופרידען. אבער דאס שליסט ניט אויס - אויב עס איז דאך דא אמאל א נויטיגקייט אדער א נוצען לרבים - צו באזוכען אמאל זייער אסיפה אלס גאסט.

  1. 1 שרפשטיין