Letter # 2707

ה' סיון, תשי"ד - מר א. שקלובסקי שיחיה

2707 - A shul and especially a Chabad Shul should keep on growing.

The success of the shul depends on the efforts of the shul attendants who when they work hard see Hashem’s blessings.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ה' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה מר א. שקלובסקי שי'

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך באקומען אייער בריף - אן דעם דאטום פון שרייבען, אין וועלכער איר באשרייבט דעם מצב אין דעם בית הכנסת חב"ד בפתח תקוה, און איך בין געווען צופרידען צו באקומען צוגאב ידיעות, אז דער מצב בעסערט זיך, און איך האף אז עס וועט גיין מחיל אל חיל.

זעלבסט פארשטענדליך אז צו יעדער זאך מאנט הקב"ה אז עס זאל געטאן ווערען אויך בדרך הטבע, וואס אין די ענינים פון בית הכנסת ובית המדרש ווענדעט זיך דאס אן די גבאים, און ווען מען טוט איז מען דענסטמאל זיכער, אז עס וועט זיין די ברכה פון השם יתברך, ווי עס איז זיין הבטחה, וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה,

און בפרט ווען עס האנדעלט זיך וועגען לזכות את הרבים, און בפרטי פרטיות, ווען עס רעט זיך וועגען א בית הכנסת חב"ד, וואס נשיאינו הק' האבען זיך מוסר נפש געווען אויף אנ"ש, אז די בתי כנסיות חב"ד זאלן האלטען אין וואקסען און גרעסער ווערען, און זאלען דינען לויטן מאמר רז"ל, אלעס א מקדש מעט, פון וועלכען עס זאל זיך אויך אויסשפרייטען ליכטיקייט און ווארימקייט אין די הייזער פון די בית הכנסת באזוכער.

און עס איז גרויס דער זכות פון דעם וואס מן שמיא קא ממנו לי' צו זיין א גבאי אין אזא בית הכנסת, צו קענען מלא זיין דעם רצון פון נשיאנו הק' אין דאס אויבענדערמאנטע, און איך האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דעם.

און אין די טעג פון פאר מתן תורה, וואס דער מדרש זאגט אז עס האבען געמוזט זיין אלע ששים רבוא אידען, און ווען עס וואלט געפעלט אפילו נאר איינער, וואלט דאס געווען א אפהאלט צו געבען די תורה הק', זאלט איר זיך שטארקען אין אלע מינים פון השתדלות, צו מקרב זיין וועמען עס לאזט זיך נאר צו מקרב זיין צו תורה ומצות, וואס דורך דעם נעמט מען די תורה און אויך דעם נותן התורה, און לויט דעם מאמר רז"ל אז די התחלה פון מתן תורה איז דאך דער ציווי אנכי, וועלכע זיינען די ראשי תיבות: אנא נפשי כתבית יהבית (שבת ק"ה ע"א, תניא פרק מ"ז).

בברכה - בנוסח כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות, לו ולכל מתפללי בית הכנסת חב"ד. המחכה לבשו"ט.