Letter # 2722

ט' סיון, תשי"ד

2722 -If you are entitled to receive money that you do not need, take it and give it to Tzedaka.

That is a sign from Hashem to increase your charity.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ט' סיון, תשי"ד

ברוקלין. 

ברכה ושלום!

... צווישען אנדערע זאכען האט מיר אייער מאן שי' אויך דערציילט וועגען דעם געזעץ פון אייער לאנד, אז נאכן עלטער פון זיבעציג יאר באקומט יעדער בירגער א געוויסע פענסיע פון דער מלוכה, און אז איר טראכט איבער צי זאלט איר דאס נעמען אדער ניט.

יעדער זאך וואס ווערט געטאן אין דער וועלט און בפרט בא אידען איז דאס בהשגחה פרטית און עס איז פאראן אין דעם א ספעציעלער מיין און אינהאלט, און ווען א איד האט די מעגליכקייט צו פארגרעסערען זיין איינטיל אין די זאכען פון תורה ומצות, און ווער רעט נאך אויב אט די מעגליכקייט קומט אן איבעריגע אנשטריינגונג פון דעם מענטשענס זייט, דארף דאס אנגענומען ווערען ווי א רמז - אנדייט - פון אויבען, אז זיכער קען מען דאס אויסניצען אין א גוטען אופן, ד.ה. לויט דער אנווייזונג פון תורתנו הקדושה, און אויב דער מענטש איז אזוי איינגעארדענט אז פאר זיינע לעבענס באדערפעניש דארף ער ניט די געלט, איז דאך זיכער אז דורך די געלט קען ער פארגרעסערען זיין חלק אין געבען צדקה אדער ריכטיגער אוועקגעבען די גאנצע געלט אויף צדקה און בפרט אזא צדקה וועלכע איז פארבונדען מיט מאכען נעהענטער אידישע הערצער צו אונזער פאטער אין הימעל.

און דעריבער רעכין איך אז אויך אין אייער פאל וויבאלד אז דער אלגעמיינער געזעץ בארעכטיקט אייך צו א געוויסע סומע יעדער חדש וואלט געווען ניט מער ווי רעכט און אויך א זכות פאר אייך אז איר זאלט אויסניצען די רעכט געזונטערהייט און דורך דעם פארגרעסערען אין א חשוב'ער מאס די באטייליגונג פון אייך און אייער מאן שיחיו אין דער צדקה וועלכע פארנעמט זיך צו ערציהען אידישע קינדער אויף צו מאכען זיי נאך מער אידיש און צו זיין אידען ווי עס פאדערט אונזער תורה הקדושה, און השם יתברך זאל העלפען אייך אז צוזאמען מיט אייער מאן אויף לאנגע גוטע יארען זאלט איר געבען צדקה מיט א ברייטער פולער האנט געזונטערהייט און פרייליכערהייט.

בברכה.