Letter # 2358

כ"א טבת, תשי"ד

2358 - איז בכלל נאכטאן דארפמען נאר אין גוטע זאכען, אבער ניט אין אזעלכע זאכען וועלכע בריינגען שאדען

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"א טבת, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין באשטעטיג דערמיט די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ד' ויחי, און איך בין זייער ניט צופרידען פון דעם וואס איר שרייבט אז איר זייט אין עצבות, און חאטש איר בריינגט א ביישפיל פון נאך אידען וועלכע זיינען אין עצבות, איז בכלל נאכטאן דארפמען נאר אין גוטע זאכען, אבער ניט אין אזעלכע זאכען וועלכע בריינגען שאדען צו פילע ענינים, און דער עיקר איז די עצבות שטערט צו אויספירן די שליחות פון הקב"ה וואס יעדער האט אין דעם עולם הזה הגשמי והחומרי, און ווי דער אלטער רבי שרייבט אין זיין ספר התניא הקדוש אנהויב פרק כ"ו, אז ווען מען איז "בעצלות וכבדות" ינוצח בקל ויפול גם אם הוא גבור יותר מחבירו, ככה ממש בנצחון היצר וכו'. און עס [איז] איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, וואס מען איבערצייגט זיך טאג טעגליך.

די צווייטע טענה וואס איך האב צו אויסזעצען געגען אייער בריף איז דאס על דרך ווי עס [ווערט] געבראכט אין חסידות, אז מען זעהט במוחש אז מחשבות זרות פאלען אריין נאר בשעת דעם דאוונען, וואס דענסטמאל הויבט ער אן טראכטען וועגען געשעפט און פאמיליען זאכען וכו' אבער בשעת ער איז פארנומען אין געשעפט זאכען, פאלט עם דענסטמאל ניט אריין קיינע מחשבות אנדערע, ווי וועגען דאוונען אדער וועגען פאמיליען זאכען וכו'.

אזוי אויך אין אייער פאל, ווען מען איז בעצבות שטערט דאס ניט נאר לויט מרז"ל צו השראת השכינה אדער אויך דאס שוואכט אפ די ענערגיע אין געשעפט זאכען וכו'? דער עיקר זעהט מען אז דאס איז חסרה פיסקה!!! איינע פון די תחבולות היצר וואס ער וויל ניט דערלאזען א מענשן אויפפירן זיך ווי דער רצון הבורא איז.

איך בין זיכער אז איר וועט ניט פאראיבעל האבען אויף מיר פאר מיין שרייבען דאס אויבענדערמאנטע, און איך בין אויך זיכער אז מען דארף ניט קיין איבעריגע איבערצייגונגען, און השי"ת זאל העלפען אייך און מיר צו הערען איינער פון דעם אנדערען גוטע און פרייליכע בשורות.

בברכה ופ"ש צו אייערע מושפעים און סביבה, וואס סוף כל סוף דארף די גאנצע סביבה זיין מושפעים, וויבאלד מען גייט דאך ניט אויספירן א אייגענע זאך, נאר אויף צו מאכען קלאהרער און איידעלער, און בדרך ממילא אויך נעהענטער מאכען צו תורה ומצות און קדושה בכלל, והשי"ת יצליחו.

בברכה.

נ.ב.

בהמשך להנ"ל, האב איך געבעטען שיקן אייך דעם תניא וועלכער איז אפגעדרוקט געווארען צום ערשטען מאל אין אמעריקא, און זיכער וועט דאס אייך צוגעבען שטארקייט אין דעם לערנען פאר זיך און אויך אין דעם לערנען מיט אנדערע, וואס דענסטמאל איז השי"ת מקיים זיין הבטחה, אז מאיר עיני שניהם ד' ווי עס שרייבט דער אלטער רבי אין זיין הקדמה צו זיין ספר התניא הקדוש.