Letter # 2326

ב' טבת, תשי"ד

2326 - ווארום סוף כל סוף וועלען אלע אידען זיין חסידים, און דורך דעם וואס מען ציט צו נאך א חבירה און

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ב' טבת, תשי"ד

ברוקלין. 

ברכה ושלום!

...עס איז א גלייכע זאך צו איינפירען א אגודת בנות חב"ד אין דעם ארט וואו דו געפינסט זיך יעצט, און מען דארף ניט אזויפיל מדייק זיין פון וואס פאר א הויז די חבירה קומט, ווארום סוף כל סוף וועלען אלע אידען זיין חסידים, און דורך דעם וואס מען ציט צו נאך א חבירה און מאכט איר באקאנט מיט די עיקרים פון תורה און יהדות בכלל, און מיט דינים מנהגים און גוטע סיפורים בפרט, מאכט מען זיי געזינטער ברוחניות און מיט דער צייט אויך בגשמיות, ווארום בא [א]ידען גייען די ביידע זאכען צוזאמען. 

און השי"ת זאל דיר מצליח זיין אין דאס אויבענדערמאנטע אז דו זאלסט קענען טאן אין דעם בהצלחה ומתוך בריאות הנכונה. 

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

מזכיר:

נ.ב.

בייגעלייגט איז דא מיינער א בריף, אין צוזאמענהאנג מיט דעם חג הגאולה י"ט כסלו, וואס דער אינהאלט זיינער איז גילטיג פאר א גאנץ יאר, און עס איז כדאי צו באקענען מיט זיין אינהאלט די אלע חבירות.