Letter # 2318

כ"ז כסלו, תשי"ד - אגודת נשי ובנות חב"ד סניף פאריז

2318 - אז חסידות איז דאס פאר אלע אידען אן אויסנאם, און די אלע וועלכע טוען צו פארווירקליכען דאס, איז

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ז כסלו, תשי"ד

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף פאריז ה' עליהן תחיינה 

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף - נאך דעם לאנגען איבעררייס - אז איר זייט ווידער צוגעטראטען צו דער ארבעט, און ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר זייט זיך משתדל צו אריינציהען פרויען אויך פון אנדערע קרייזען, און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט פון אדמו"ר הזקן, אז חסידות איז דאס פאר אלע אידען אן אויסנאם, און די אלע וועלכע טוען צו פארווירקליכען דאס, איז זייער שכר זייער גרויס, און איך האף צו הערען פון אייך נאך גוטע בשורות אז אייער ארבעט ווערט אלץ מער און גרעסער סיי בכמות און סיי באיכות.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיין מכתב כללי אין צוזאמענהאנג מיט דעם חג הגאולה י"ט כסלו, וואס זיין אינהאלט איז גילטיג א גאנץ יאר, און איך האף אז דאס וועט אייך בריינגען נוצען אין אייער ארבעט. 

בברכת הצלחה בכלל ובפרט.