ב"ה, י"א סיון, ה'תשכ"ז
ברוקלין, נ.י.
תלמידי ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש לחג הסיום, מאנטרעאל, ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אין צוזאמענהאנג מיט דעם חג הסיום ביום י"ג סיון הבע"ל, שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די מסיימים, ווי אויך צו די ר"מים, מנהלים, מחנכים און אלע תלמידים, שיחיו.
אזוי ווי דער חג הסיום קומט פאר גלייך נאך די ימי השלמה פון זמן מתן תורתנו, און דערצו אין א יאר פון הקהל, איז צו האפן, אז די חגיגה וועט זיכער זיין דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון קבלת התורה און הקהל צוזאמען. דערמיט ווערט געמיינט: א פעסטע החלטה צו ברענגען צום אויסדרוק אן אינערלעכן "הקהל" - די מאביל[י]זאציע פון אלע כוחות הנפש און מעגלעכקייטן - פאר תורה און מצוות.
דאס מיינט, לכל לראש, א פארשטארקטע התמדה ושקידה אין לימוד התורה, לימוד המביא לידי מעשה - קיום המצוות, רמ"ח מצוות-עשה און שס"ה מצוות לא-תעשה, וואס נעמט ארום דעם גאנצן מענטשן, מיט זיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים, פיזיש און גייסטיג.
דערביי אונטערשטרייכט זמן מתן תורתנו, אז כאטש תורה פאדערט פארשטאנד אין שכל, מוז עס אבער קומען אין אן אופן פון קבלת-עול: נעשה איז א הקדמה צו ונשמע.
דער שכל גופא דארף אויך פארשטיין, אז אזוי איז דער סדר אין הנהגה על פי תורה און על פי שכל פון תורה (ניט דער שכל פון דער נפש הבהמית).
דערצו קומט אויך צו די נקודה משותפת פון מתן-תורה און
הקהל - די פאראייניקונג און אויסגעבונדנקייט פון אידן, וואס אונטערשטרייכט אויך די געמיינזאמע אחריות צו שטארקען איינער דעם צווייטן אין לימוד התורה און קיום המצוות, מיט אן אינערלעכן געפיל פון אהבת ישראל, אין דער פולסטער מאס פון די כוחות און מעגלעכקייטן וואס די השגחה עליונה האט יעדן באשאנקען.
השם יתברך זאל מצליח זיין יעדן איינעם פון די מסיימים, בתוככי כל תלמידי הישיבה, שיחיו, צו דערפילן זייער שליחות אלס תלמידים פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש, צו פארשפרייטן דעם אור תורה - תורת הנגלה ותורת החסידות - וואס תורה אחת לכולנו, אין אן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור, בשמחה ובטוב לבב.
בברכה להצלחה מופלגה בגשמיות וברוחניות גם יחד ולבשורות טובות
מ. שניאורסאהן
נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 261, והושלמה ע"פ צילום האגרת. ראה גם לעיל אגרת ט'קנח.
א יאר פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
קבלת התורה..הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'שכה.
לימוד המביא לידי מעשה: ראה קידושין מ, ב. וש"נ.
רמ"ח מצוות-עשה און שס"ה מצוות לא-תעשה..רמ"ח אברים ושס"ה גידים: ראה מכות כג, סע"ב. זח"א קע, ב.