9264 —9264

ב"ה, כ' טבת, תשכ"ז — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ' טבת, תשכ"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

מ'האט מיר איבערגעגעבן, וועגן אייער געזונט צושטאנד, און ניט אויפגעלעג[ט] קייט.

בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אויבען געשריבענע.

און קענענדיג אייך און אייער משפחה בכלל, איז איבעריג צו באטאנען, אז עס וואונדערט מיר אויף דער קליינקייט אין בטחון בהשם יתברך, וואס ער [איז] משגיח בהשגחה פרטית אויף יעדערן ביז דאס קלענסטע איינצעלהייט, און בפרט אין אייער פאל, אז איר האט געזעהן חסדי השם יתברך מערערע מאל, וואס דאס מוז דאך לאגיש בריינגען צו פארשטארקונג אין בטחון בהשם יתברך, און ווייניגער דאגה, און צו האבן קביעות עתים בתורה, און מקיים זיין מצות בשמחה, וטוב לבב, און ניט לייגען קיין אכט, וואס דער יצר הרע פרובירט איינריידין אנדערש, און ניט אומזיסט ווערט דאך דער יצר הרע - אנגערופן, זקן וכסיל.

איך האף אז צו דער צייט פון ערהאלטן מיין בריף, איז שוין דא א בעסערונג, און וועט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם אלעס.

בברכה לרפואה ולבשו"ט.

נדפסה בלקו"ש חל"ו ע' 285, והושלמה עפ"י העתקה.

זקן וכסיל: קהלת ד, יג ובפרש"י.

Leave Feedback