ב"ה, ח' תמוז, תשכ"ד
ברוקלין, נ.י.
אגודת נשים דבראנזוויל ואיסט-ניו-יארק ה' עליהן תחיינה
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה, אז אייער לאנטשאן און
"שלוס-מיטינג" וועט פארקומען אין דעם ליכטיגען טאג פון י"ב תמוז, יום הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר.
אייער ארבעט איז פארבונדן מיט די מוסדות און טעטיקייטן פאר וועלכע דער בעל-הגאולה האט זיך מוסר נפש געווען, ווי עס איז אייך אלעמען זיכער באקאנט די געשיכטע פון זיין ארעסט און באפרייאונג.
די ימי הגאולה י"ב-י"ג תמוז לערנען אונז, אז ווען מען טוט מיט אן אמת פאר תורה און אידישקייט און פאר מוסדות חינוך על טהרת הקדש, העלפט דער אויבערשטער ניט נאר איבערצוקומען די שווערסטע שטערונגען נאר אויך מצליח צו זיין אין אן איבערנאטירלעכע מאס.
איך וויל האפן, אז אלע באטייליגטע אין דער אונטערנעמונג וועלן דערמוטיקט און באגייסטערט ווערן פון די אפלערנונגען פון די ימי-הגאולה, און אז דער "שלוס-מיטינג" וועט זיין א גוטע צוגרייטונג צום "אנפאנג-מיטינג" פון דעם נייען סעזאן הבע"ל, מיט דערפרישטע כוחות און מיט נאך מער לעבעדיקייט און ווארעמקייט ווי פריער.
השם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט אין אלע געביטן, סיי אין פארנעם סיי אין אינהאלט, אין א שטייגענדער מאס; און דאס זאל ברענגען אייך און אייערע בני בית שיחיו דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות,
מ. שניאורסאהן