ב"ה, י"ג מרחשון, ה'תשי"ט
ברוקלין, נ"י
צו די פרויען אפטיילונגען פאר די "בית רבקה" סקולס ה' עליהן תחיינה
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו הערען וועגן דער גוטער ארבעט פון די פרויען לטובת די "בית רבקה" סקולס, און בפרט וועגען די פארשטטייענדע אונטערנעמונגען - דער יערלעכער לאנטשאן, די חנוכת הבית פון דער קראונהייטס אפטיילונג, און די אונטערנעמונג פון דער וועסט-סייד אפטיילונג.
איך האף, אז די אלע אונטערנעמונגען וועלן פארשטארקען און אויסברייטערען די אויפטואונגען פון די חשובע פרויען אפטיילונגען פאר די בית-רבקה סקולס, אין איינקלאנג מיט דער פארארדענונג פון אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, - מעלין בקודש[1] - צו שטייגען אין הייליגע ארבעט, בפרט אזא הייליגע ארבעט ווי דער חינוך הכשר על טהרת הקדש פון די בית רבקה סקולס.
אין דער היינטיגע סדרה[2] און אין די קומענדע סדרות, דערציילט אונז די תורה הק' וואס עס האט פאסירט מיט אונזערע אבות און אמהות. די חכמים, זכרונם לברכה, זאגען, אז "דאס וואס עס האט פאסירט מיט די אבות איז אן אנדייטונג פאר די קינדער"[3]. אין דעם גייט אריין, נאטירלעך, אויך דאס וואס עס האט פאסירט מיט אונזערע אמהות, שרה, רבקה רחל און לאה. זייערע נסיונות און זייער איבערגעבענהייט אויפצושטעלען דורות פון טרייע אידישע קינדער, בני ובנות אברהם, יצחק, יעקב, שרה, רבקה, רחל ולאה - זיינען אן אנדייטונג און לערנונג פאר אלע אידישע פרויען, בפרט פאר די פרויען פון אונזער דור. די פראקטישע לערע דערפון איז, אז ווען עס ווייזט זיך ארויס אז עס זיינען דא שוועריקייטען, אדער אפילו שטערונגען, איז דאס א זיכערע זאך, אז דאס זיינען בלויז נסיונות[4], פרואופונגען ("טעסטס"), וואס דער אויבערשטער שטעלט א אידען, כדי ארויסצורופען בא אים, אדער בא איר, גרעסערע כוחות און אפילו באהאלטענע כוחות אויף בייצוקומען די שוועריקייטען, וועלכע זיינען לכתחילה געמיינט בייגעקומען צו ווערען. עס פאדערט זיך בלויז דער שטארקער ווילען, ווייל דער אויבערשטער האט שוין פריער געגעבען די נויטיגע כוחות דערצו[5], צו דערפילען יעדער איינער און איינע זיין-[איר]ע אויפגאבע. זעלבסטפארשטענדלעך, אז צו דערפילען די אויפגאבע איז דער גרעסטער זכות און אמת'ער גליק פאר יעדער איינער בפרט, זיי און זייערע פאמיליעס, און געבענטשט צו ווערען פון השם יתברך פון זיין פולער האנט[6], מאטעריעל און גייסטיג, אין אלעס אין וואס מען נויטיגט זיך.
בברכה והצלחה אין דער ארבעט.
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 203 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
- 1 [שבת כא, ב]: "וטעמא דבית הלל דמעלין בקדש ואין מורידין" (בענין נר חנוכה, שמוסיף והולך). ומקורו מקרא, כמ"ש רש"י שם: "מקרא ילפינן לה במנחות בפרק שתי הלחם (דף צט.)".
- 2 האגרת נכתבה ביום ב' י"ג מרחשון, בשבוע פרשת וירא, ובה מסופר על שרה; ובפרשיות שלאחריה – חיי שרה, תולדות, ויצא – מסופר על רבקה, רחל ולאה.
- 3 ראה רמב"ן בראשית יב, ו: "אומר לך כלל תבין אותו בכל הפרשיות הבאות בענין אברהם יצחק ויעקב והוא ענין גדול הזכירוהו רבותינו בדרך קצרה ואמרו (תנחומא ט) כל מה שארע לאבות סימן לבנים".
- 4 ראה רמב"ן בראשית כב, א, שענין הנסיון הוא להוציא כחות המנוסה מן הכח אל הפועל: "המנסה יתברך יצוה בו להוציא הדבר מן הכח אל הפועל", ו"כשהוא יודע בצדיק שיעשה רצונו וחפץ להצדיקו יצוה אותו בנסיון".
- 5 ועד"ז ארז"ל (במדבר רבה פי"ב, ג), שהקב"ה אמר: "איני מבקש לפי כחי אלא לפי כחן".
- 6 ע"ד לשון ברכת המזון (בברכת "רחם"): "כי אם לידך המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה".
B"H, 13 Marcheshvan, 5719.
Brooklyn, NY.
To the Women's Divisions for the "Beis Rivka" Schools, may they live.
Shalom u'Vrachah!
It gave me pleasure to hear about the good work of the women on behalf of the Beis Rivka Schools, especially regarding the forthcoming undertakings—the annual luncheon, the inauguration of the Crown Heights division, and the initiative of the West Side division.
I hope that all these undertakings will strengthen and expand the activities of these esteemed women's divisions for the Beis Rivka Schools, in accordance with our Sages' directive—ma'alin bakodesh (to ascend in holiness)—to increase in holy work, especially such a sacred task as the kosher education, in purity of holiness, of the Beis Rivka Schools.
In this week's Torah portion and those that follow, our holy Torah tells us what happened with our forefathers and foremothers. Our Sages say that "whatever happened to the forefathers is a sign for their children." Naturally, this includes what happened with our foremothers—Sarah, Rivkah, Rachel, and Leah. Their trials and their devotion to raising generations of faithful Jewish children—sons and daughters of Avraham, Yitzchak, Yaakov, Sarah, Rivkah, Rachel, and Leah—are a sign and lesson for all Jewish women, especially those of our generation. The practical lesson is that when difficulties or even obstacles arise, it is certain that these are merely trials, tests, that Hashem sets before a Jew in order to draw out greater strengths—even hidden ones—to overcome these difficulties. These challenges are meant from the outset to be overcome. All that is needed is a stronger willpower because Hashem has already previously given each person all necessary strengths to fulfill his or her mission. Of course, fulfilling this mission is the greatest merit and true happiness for each individual and their families. May they be blessed by Hashem from His full hand—materially and spiritually—in everything they need.
With blessing and success in your work.
Printed in Likkutei Sichos vol. 10, p. 203, and completed from the secretariat's copy.
Summary
The Rebbe encourages women working for Beis Rivka Schools to persist through challenges by drawing strength from our Matriarchs' examples. He assures them that every obstacle is an opportunity to reveal inner strengths already granted by Hashem for their sacred mission.