Letter #6132

6132

Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ד אדר, תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב',

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייער זון... שליט"א אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דעם וואס ער נויטיגט זיך און בפרט צום בעזונט בעסערונג אין דעם ענין וואס איר שרייבט, און זיכער וועט מען פרעגען א דאקטאר ספעציאליסט וועגען די נייע באהאנדלונגען וואס מ'האט אויסגעפונען אויף דעם געביט אויב מען קען דאס אנווענדען אין דעם פאל.

לאחרי בקשת סליחתו, מוז איך אבער זאגען דעם אמת, אז אין מערסטע פאלען, איז אזא זאך ווי איר שרייבט, קומט דאס אלס רעזולטאט פון דעם וואס זיינער צייט בעת די מוטער האט פארשווענגערט מיט דעם קינד, איז ניט ווי געהעריג אפגעהיט געווארען די חוקי ודיני טהרת המשפחה, און אויב ח"ו אין אייער פאל איז דאס אזוי געווען, איז אין א געוויסע מאס קען צו דעם העלפען און גוטמאכען, דורכן אפהיטען איצטער אין דער שטריינגסטער מאס די חוקי ודיני טהרת המשפחה, און אויב ח"ו אין אייער פאל איז דאס אזוי געווען, איז אין א געוויסע מאס קען צו דעם העלפען און גוטמאכען, דורכן אפהיטען איצטער אין דער שטריינגסטער מאס צי חוקי ודיני טהרת המשפחה, און אויך צו זעהן איינווירקען אויף אנדערע צו אויפפירען זיך אזוי, און השי"ת הרואה ללבב, אז מען איז ענטשלאסען צו טאן אזוי, סיי אליין און איינווירקען אויף דער סביבה, וועט ער שיקען זיין הצלחה אין דער מעדיצינישער באהאנדלונג צו פאריכטען דאס אויבען געזאגטע אין א גאר גרויסער מאס, און ווען איר וועט דאס טאן אין דער פולסטער מאס אויך צו דער פולסטער רפואה, און האפנטליך וועט איר געפינען די פאסענדע ווערטער צו ערקלערען דאס אויך אייער פרוי תחי', ויהי רצון איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

מ'האט געדארפט בודק זיין די תפילין און אויך די מזוזה אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז, און יעדער וואכען טאג אין דער פריה פארן דאוונען געבען אויף צדקה, און די פרוי תי' זאל אפהיטען דעם מנהג הטוב של בנות ישראל הכשרות צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

בברכה לבשו"ט,

29בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר39

ו'קלב

 

אזא זאך: מחלת העור.

Leave Feedback