ב"ה, ח"י טבת, ה'תשי"ח
ברוקלין, נ.י.
צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער ארצות-הברית
חגיגה פון מרכז הישיבות "תומכי-תמימים" ליובאוויטש
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
צו דער געלעגענהייט פון דער היי יאריקער חגיגה, וואס באצייכענט דעם זעכציג יעהריגען יובילייאום פון דער גרינדונג פון דער ישיבה "תומכי-תמימים" אין ליובאוויטש און דעם אכצען יעהריגען יובילייאום פון איר איבערזידלונג אין אמעריקא.
באגריס איך הארציג די חשובע עסקנים, עהרן-געסט געסט און פארזאמלטע, ווי אויך אלע פריינד פון ישיבת תומכי-תמימים באשר הם שם, און ווינש זיי הצלחה מרובה און זייער ארבעט פאר דער ישיבה וואס בריינגט הצלחה מרובה אויך אין זייערע אייגענע ענינים.
די היי-יאהריגע חגיגה קומט פאר אין דער וואך און ערב דער הסתלקות (כ"ד טבת) פון דעם אלטען רבי'ן בעל התניא והשלחן ערוך, דער גרינדער פון חב"ד-שיטה, וועלכע באלעבט די ליובאוויטשער ישיבות, זייער הנהלה, ראשי-ישיבות, משפיעים און תלמידים - שיחיו.
איז א דבר בעתו צו דערמאנען דעם בארימטען ווארט פון אלטען רבי'ן: "אידישע גשמיות איז רוחניות; דער אויבערשטער גיט אונז גשמיות מיר זאלען דערפון מאכען רוחניות".
- דאס איז דאך אויך דער ענין פון זבולון און יששכר, פון לומדי-תורה און תומכי-תורה, אז די וועלכע שטיצען די לומדי -תורה האבען א חלק אין דעם לימוד התורה. - אייגענטלעך זיינען ביידע זאכען איינגעשלאסען אין דעם נאמען פון דער ליובאוויטשער ישיבה - תומכי-תמימים, וואס אין דעם איז פאראן די תלמידים תמימים לומדי-תורה און די תומכי- תמימים, די וועלכע האלטען אויף די ישיבה בגופם ובממונם. -
איז בשעת דער אויבערשטער גיט א אידען גשמיות (פרנסה) און ער ניצט עס אויס אויף עניני מצוות בכלל און לימוד התורה בפרט, וואס תלמוד-תורה איז שקול כנגד כולם, ער באשטייערט זיך, גיט צדקה, צו מוסדות התורה, וואס צדקה איז אויך שקול כנגד כל המצוות, מאכט ער פון גשמיות - רוחניות.
און וויבאלד אז אלע ענינים פון קדושה דארפען גיין מחיל אל חיל ומעלין בקדש, דארף מען מאכען וואס מער רוחניות פון די גשמיות, במילא ווערט מקוים די ברכה עשר בשביל שתתעשר, אלץ מער גשמיות גיט דער אויבעשטער, און דאן קען מען מאכען נאך מער רוחניות, און אזוי גייט מען כסדר מחיל אל חיל. ניט נאר אין כמות נאר אויך אין איכות. דורכדעם גיט מען אויך דער ישיבה די מעגליכקייט גיין שנעלער מחיל אל חיל, אריינצונעמען נאך און נאך תלמידים און כסדר פארבעסערען דעם מצב הגשמי והרוחני אין אלע פרטים.
איך האף, אז אלע פריינט פון דער ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש וועלען באווירקט ווערען אין דעם אויבנדערמאנטען זין; די וועלכע האבען זיך שוין בייגעשטייערט וועלען מוסיף זיין, און די וועלכע וועלען זיך ביישטייערען אונטערן איינדרוק פון דער חגיגה וועלען עס טאן אין דער גרעסטער מאס, און אזוי ארום ממשיך זיין אויף זיך און זייערע בני-בית שיחיו ברכות השם יתברך אויך אין אן אופן פון מוסיף והולך מחיל אל חיל אין גשמיות און אין רוחניות.
בכבוד ובברכה,
מנחם שניאורסאהן
נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 193.
דעם בארימטען ווארט: ראה גם לעיל חי"ג אגרת ד'שנד, ובהנסמן בהערות שם. חי"ד ה'סט. חט"ו ה'תנד.