Letter # 5913

יו"ד כסלו, ה'תשי"ח - אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה

5913 - Sixty Years of Tomchei Temimim: A Call to Renew and Expand

Marking the 60th anniversary of Tomchei Temimim’s founding and 18 years in America, the Rebbe highlights its heroic growth despite hardship and urges continued expansion, greater support, and personal involvement—always mosef v’holech in strengthening Torah.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, יו"ד כסלו, ה'תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

אל אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע חגיגה פון מרכז ישיבת "תומכי-תמימים" ליובאוויטש וואס וועט פארקומען אי"ה כ' טבת ה'תשי"ח, פארצייכנט היי-יאר דעם זעכציק-יעריגען יובילעאום זינט די גרינדונג פון דער ישיבה "תומכי-תמימים" אין ליובאוויטש.

א לאנגען וועג האבן די ליובאוויטשער ישיבות דורכגעמאכט, א וועג פול מיט גרויסע אויפטרייסלונגען און איבערלעבונגען. במשך פון די זעכציק שטורמישע יארן פון אויפטרייסלונג און גלות, האבן אירע גרינדער און אנפירער, כ"ק אדמו"ר (הרש"ב) און כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, די הנהלה, משפיעים, ראשי-ישיבות און תלמידים, מיט דער גרעסטער מסירות-נפש געטראגען דעם נר מצוה ותורה אור און מאור שבתורה און פארשפרייט די ליכטיקייט פון תורה און מצוות אין אלע וועגן, שטעט און לענדער וואו די השגחה עליונה האט זיי געפירט.

היי יאר פייערט די צענטראלע ישיבה "תומכי-תמימים", אין צוגאב צום זעכציק יעריגען יובילעאום פון איר גרינדונג אין ליובאוויטש, אויך איר אכצן-יעריגען יובילעאום דא אין לאנד - א גאלדענע קייט פון ניט-אונטערבראכענער טעטיקייט פאר תורה ויראת שמים.

א יובילעאום איז ניט סתם צו פארצייכענען א דאטום. ס'איז אן ארויספאדערונג צו מאכן א סך-הכל פון די דערגרייכונגען אין דער פארגאנגענער צייט - מיטן צוועק צו פארגרעסערן די דערגרייכונגען אין די קומענדיקע יארן.

אויב אין א תקופה פון הרת-עולם'דיקע געשעענישן, מיט אויסערגעווינלעכע שוועריקייטן און שטערונגען, האבן די ליובאוויטשער ישיבות ניט נאר געקענט עקזיסטירן, נאר אויך אויסברייטערן, אויסשפרייטען און פארצווייגען זיך, אין כמות און אין איכות, קען מען זיך פארשטעלן וואס מען וועט קענען דערגרייכען, אונטער בעסערע אומשטענדען.

אין דעם באשטייט טאקע די ארויספאדערונג און חשבון-הנפש וואס יעדער איינער, וועמען תורה אידישקייט איז טייער, דארף זיך אפגעבען אין צוזאמענהאנג מיט דער היי-יאהריגער חגיגה און דאפלטען יובילעאום.

אמת, אין פארלויף פון די לעצטע אכצן יאר האט די צענטראלע ישיבה "תומכי-תמימים" ליובאוויטש ב"ה שטארק אויפגעבליט און האט געלעגט איר שטעמפל אויפן אמעריקאנער אידישן לעבן. עס מוז אבער זיין מעלין בקודש, מוסיף והולך. מען טאר זיך ניט באפרידיגען מיט די דערגרייכונגען אין די פארגאנגענע יארן. מען מוז שטייגען און צוגעבען און ווידער אמאל צוגעבען און פארברייטערן. דאס איז אבער אפהענגיק און פאדערט די ברייטע באטייליקונג פון יעדען איינעם, וואס מוז אויך מעלה בקודש זיין מוסיף והולך. פארגרעסערן זיין שטיצע - אין געלט, און אין מיטארבעט פאר די ישיבות תומכי-תמימים בכלל.

און דער אויבערשטער זאגט דאך צו: כל המוסיף מוסיפין לו - אין וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכת כל טוב בגו"ר.

מנחם שניאורסאהן