ב"ה, כ"ז תשרי, תשי"ח
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון 10/17, אין וועלכען אין שרייבט אז ניט קוקענדיג אויף דעם וואס איר זיינט שוין 50 יאהר אין לאנד און אין א קליין שטעטל, האט איר אויפגעהאלטען אידישקייט אין אין דער ריכטונג ערציהט אויך קינדער, אז אייער אפשטאם איז פון ליובאוויטשער, און איינער פון אייערע ברידער איז נאמען נאך דעם רבי'ן מוהר"ש זצ"ל פון ליובאוויטש.
דער שלוס פון דאס אויבען געזאגטע, גיט מיר די האפענונג, אז דאס וואס איר שרייבט וועגען אויפהאלטען אידישקייט, מיינט איר, ניט ווי פילע האבען א טעות, אז צו אויפהאלטען אידישקייט איז גענוג שטיצען אידישע מוסדות, און גייען עטליכע מאל א יאהר אין א טעמפעל אדער סינאגאג, און אויב אפילו פון זיך אליין פאדערען זיי מער ווי דאס, איז אבער פאר די קינדער, רעכינען זיי, איז דאס דער מאקסימום, און ליידער האט מען געזעהן דעם חורבן וואס אזא איינשטעלונג האט שוין געבראכט צו הונדערטער משפחות. אבער א איד וועלכער באטאנט אז ער איז פון דעם חסידישן אפשטאם וכו' לייגט זיכער אריין אין דעם ווארט, אידישקייט, דעם אמת'ן אינהאלט, ד.ה. דער טאג טעגליכער לעבען לויט דער אנווייזונג פון תורתנו הק' וואס דאס איז תורת משה וואס ער האט זי באקומען פון הר סיני מהקדוש ברוך הוא, וואס ער ברוך הוא איז דער בעל הבית פון אלע טיילען וועלט, אן אונטערשייד די מיט טויזענטער יארען פריער אדער איצטער אדער אין יארען ארום פון איצטער און שפעטער, איז דאך פון דעם אויך פארשטאנדיק, אז אויך די תורה וואס ער ברוך הוא האט געגעבען האט ער גענומען אין אנבאטראכט ווי אמעריקא וועט אויסזעהן אין אונזערע צייטען און דאך האט ער אנגעזאגט צו טאן אלע מצות וועלכע זיינען געשריבען אין דער תורה, און ווי דער לשון הכתוב אפילו "באחרית הימים", און צום גליק זעהט מען דא אויך אז די וועלכע ווילען אויף א אמת, פירן אויס ניט נאר מיט זיך אליין נאר אויך בא די קינדער שיחיו אמת'ע אידישקייט און ניט פאלסיפיצירטע.
און וואס איך געפין פארנויטיג צו-צוגעבען, לויט דעם באוואוסטען ווארט פון רבי'ן מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז עס איז קיינמאל ניט שפעט, און אויב צוליב וועלכע סיבות עס זאלן ניט זיין געווען, איז דער נעכטען געווען ניט ווי געהעריג, העלפט תשובה, און א פאסענדע לעבענס פירונג פון איצטער אן און ווייטער, און איך וויל זיין צופרידען צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע.
בברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר
נ.ב.
...אויך שרייבט איר געדאנקען וועגען גלגולים! - זעהענדיק אז איר זייט שוין 50 יאהר אין דער דזשולערי ליין, האט איר זיכער פילע יארען געשטודירט דעם ליין, וואלט מיר אינטערעסירען צו וויסען, וויפל יאר האט איר געשטודירט די פראגע פון גלגולים, וואס איר זאגט אין דעם א מיינונג מיט אזא פעסטקייט, אין דער צייט ווען גדולי חכמי ישראל ווי דער אריז"ל, ר' חיים וויטאל, דער אלטער רבי און אויך הגאון מווילנא, באגרינדען די סברא וועגען וועלכער איך האב גערעט, וואס בא אייך איז זי ניט נושא חן.