Letter # 4173

י"ט אדר, תשט"ז

4173 - Hopefully, you are feeling better and are able to resume your vital work for the community.

Since a person actively engaged in community affairs is exempt from Torah and mitzvot, it's certain that Hashem frees them from financial troubles. When we search, we can find godliness in everything.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ט אדר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער [בריף] פון מיטען שבט (וועלכער איז געגאנגען מער ווי געוויינליך) און איך האף אז צו דער צייט פון ערהאלטען מיין דיזן בריף, האט זיך געבעסערט אייער געזונט און האט זיך שוין צוריק גענומען צו ארבעטען אויך אין עניני צבור מיט דער נויטיגער ענערגיע, און בפרט אז דאס איז די נויטווענדיקייט פון דער שעה, אז יעדער איד וועלכער איז באשאנקען מיט געפיל צו אידישקייט, דארף זיין עינו טובה בשל אחרים און געבען זיי צו פארשטיין, אז ישראל אורייתא וקוב"ה, איז כולא חד.

און בהנוגע צו אייערע ענינים הפרטים, איז דאך במכל שכן וקל וחומר: דער דין איז אז עוסק בצרכי צבור באמונה זיינען בשעת מעשה פריי פטור ממצוה ותורה, איז דאך זיכער אז הקב"ה באפרייט פון טרדות פון ענינים גשמים, און דאס איז איינע פון די סגולות אויך צום בעסערונג פון מצב הפרנסה בגשמיות און אז די פרנסה און די אנדערע ענינים זאל אין זיי ניט זיין קיינע ענינים המבלבלים.

זיכער האט איר אויסגעניצט די ימי הפורים, און ווי עס שטייט אין דער מגילה אז רבים מעמי הארץ מתייהדים, וואס איינע פון די רמזים אין דעם איז, אז די וועלכע ביז פאר פורים זיינען געווען עמי הארץ, ד.ה. אז זיי האבען זיך באשעפטיגט נאר אין ענינים ארציים, זיינען געווארן יהודים, כדרשת ולשון רז"ל, אז ישראל ווערן אנגערופען יהודים, על שם שכופר בעבודה זרה - וואס די פנימית אין דעם איז, אז אין יעדער זאך זוכט מען און במילא געפינט מען, געטליכקייט, ווארום דער וואס זאגט, אז עס איז פראן, אתר פנוי מיני' - איז דאס א ענין פון שתי רשויות, דבר עבודה זרה, ודו"ק.

בברכה לבריאות ולבשו"ט ולחה"פ כו"ש.