Letter # 4117

י"ז שבט, תשט"ז - מו"ה ברוך שי' ליטווין

4117 - If your sad, battles weaken. But viewing it as a mitzvah with joy hastens victory.

Even when fasting and reciting kinot on Tisha Be'av, there should still be a sense of joy for the opportunity to serve Hashem.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ז שבט, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מדות כו'
מו"ה ברוך שי'[1]

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער רעגיסטרירטען בריף פון דינסטאג מיט דאס בייגעלייגטע[2].

א דאנק אייך פאר אייער באלדיגען ענטפער חאטש עס איז געשריבען געווארען מיט פיל מרה-שחורה, בנוגע צו דער בית הכנסת און די מלחמה וועלכע איר פירט, אז די שול זאל זיך פירען ווי עס באדארף זיין. איך באטאן די זאך פון מרה שחורה, ווארום לויט ווי מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און מען זעהט דאס אויך בעשיינפערליך, אז ווען מען גייט אין מלחמה, איז אויב מען איז אומעטיג און מרה שחורה, איז דאס אליין שוואכט אפ דאס פירען די מלחמה, אבער ווען מען שטעלט זיך פאר אז מען גייט מקיים זיין די אנווייזונג פון תורתנו הק' וועלכע איז אונז געגעבען געווארן פון דעם בורא עולם, טוט מען דאס מיט גאר א אנדער לעבעדיגקייט, און דאס אליין מאכט נאך מער גרעסער די שאנסען און פארשנעלערט דעם נצחון.

איך האף אז איר וועט מיך ניט חושד זיין, אז איך בין געווארן א מוסר'ניק און זאג מוסר, נאר מיין כוונה מיט דאס אויבען געשריבענע איז, צו ארויסרופען מער און צוגאב אין מעשה און צו פארגרעסערען דעם בטחון און שמחה בא נאך א אידען, און עס איז באוואוסט דער חסידישער ווארט, עבדו את ד' בשמחה, אז אפילו תשעה באב - יהפך במהרה לששון ולשמחה - בביאת משיח צדקנו, דארף דער תענית און זאגען קינות, בשעת מעשה זיין אויך בשמחה-געפיל, וואס מען האט דעם גרויסען גליק און מעגליכקייט צו מקיים זיין דעם ציווי מלך מלכי המלכים הקב"ה, און לויט ווי עס [איז] אפגע'פסק'נט געווארן אין רמב"ם סוף הלכות לולב, אז דער וואס פארמיידט זיך פון שמחה, ראוי להפרע ממנו וכו' און דער וואס טוט דאס עבודה גדולה היא כו' עיין שם.

בייגעלייגט איז דא דער בריף פון דעם לאייער, און איך האף אז אויב איר וועט האבען נאך נייעס אין דעם, ויהי רצון אז עס זאל זיין גוטע בשורות, וועט איר מיר מודיע זיין, ותודה מראש.

א אויסצוג פון אייער בריף, שיק איך איבער אין פיטסבורג, און איך בין זיכער, אז אויב זיי וועלען דארפען אייער מיטהילף אין דעם, אויף ווייטער, וועט איר דאס טאן, והשי"ת יצליחו.

בברכה צו דערקאטשען זיך בשמחה ובהצלחה.

  1. 1 ליטווין
  2. 2 בהמשך למכתב 4085