Letter # 3209

ערב שבת קודש לסדר לא יבער הסנה, ה'תשט"ו - צו אלע פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער פופצנטער י[ע]הרלעכער ארצות-הברית חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש ה' עליהם יחיו

3209 - Appreciate the benefit of the Lubavitch Yeshivah for the entire Jewish community.

The Lubavitch students are wholesome, despite challenges they stay strong “the fire does not burn the bush”.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ערב שבת קודש לסדר לא יבער הסנה, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

צו אלע פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער פופצנטער י[ע]הרלעכער ארצות-הברית חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער יערלעכער חגיגה, כ"ב טבת, ה'תשט"ו, שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די עסקני הישיבה און אלע פארזאמלטע, וואס זיינען געקומען אנטייל נעמען אין דער יערלעכער תורה-פייערונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש אין אמעריקא.

יעדע צוזאמענקונפט פון אן עדה אידן, ובפרט פאר א דבר מצוה, ובפרטי פרטיות פאר אן ענין וואס איז נוגע צו הרבצת תורה ביראת שמים און דעם קיום פון א מוסד וואס איז איינער פון די הויפט-זיילן פון תורה-טרייען אידנטום דא אין לאנד - אזא צוזאמענקונפט איז זיכער א זמן השראת השכינה און שעת הכושר צו פועל'ן פאר זיך און פאר די בני-בית א ברכה אין וואס מ'נויטיקט זיך בגשמיות וברוחניות. מען דארף בלויז מאכן די צנורות און כלים מקבל צו זיין די ג-טלעכע ברכות, צנורות און כלים צוגעפאסטע צו דער געלעגנהייט, וואס אין דעם פאל איז דאס א התעוררות בפועל צו נעמען דעם גרעסטען אנטייל אין שאפן די נויטיקע הילף פאר די ישיבות תומכי תמימים, וואס דאס איז די אויפגאבע פון דער חגיגה.

אמעריקאנער אידן, חובבי תורה ומצוה, דארפן אנערקענען אין דער פולער מאס די באדייטונג פון די ליובאוויטשער ישיבות פאר דעם אידישן כלל, און זייער פערזענלעכע אחריות און זכות צו זיין די וועלכע העלפען פארפעסטיקן די יסודות פון דעם הייליקן מוסד, וואס איז איבערגעפלאנצט געווארען קיין אמעריקא דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

זאל, דעריבער, יעדער איינער און איינע ניט דורכלאזן די דאזיקע געלעגנהייט און שעת הכושר, און מיט אן אינערלעכע התעוררות, וואס זאל זיך איבערטראגען אויך צום צווייטן, זיך אפרופן מיט א געהעריקער שטיצע, לויט די מעגלעכקייטן און מער ווי די מעגלעכקייטן, ווארום דער אויבערשטער ית' העלפט אויספירען א מחשבה טובה אין מעשה בפועל.

ובזכות פון איינטיילנעמען אין א ישיבה וואס שטעלט אויף תלמידים - תמימים, גאנצע אויך נאך די פערשידענע נסיונות וואס מען גייט דורך, און פונדעסטוועגען לא יבער הסנה, וועט דער גרויסער מייסד הישיבה אויך ווייטער משפיע זיין ברכה והצלחה צו אלעמען וועלכע האלטן אפן די צנורות מקבל זיין זיינע ברכות דורך השתתפות אין זיינע מוסדות און הליכה באורחותיו.

בכבוד וברכה רבה,

מ. שניאורסאהן