Letter # 3167

ה' טבת, תשט"ו

3167 - You say that you have not gained anything over time. Realize this is the Yetzer Hara’s setup.

To address your other issue, increase your engagement in Words of Torah and prayers, study Mishnah and the Mamer Vehadarta. The main thing is not to dwell on it and reach out to others so Hashem will help you.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ה' טבת, תשט"ו

ברוקלין. 

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון ב' טבת והקודם, דאס וואס דו שרייבט אז דיר איז גארניט צוגעקומען פאר דער צייט, דארפסטו וויסען אז דאס איז א טייל פון דעם יצר הרע אנשטעל, בכדי צו אפשוואכן אין ענינים פון עבודה בכלל, און לימוד התורה בפרט, מיט דעם אויסרייד אז סיי ווי סיי וועט פון דעם גארניט ארויסקומען. איז אזוי ווי אין אלע ענינים וואס קומען פון דעם לעומת זה, איז אל יכנס עמדו בשקלא וטריא, און מען דארף זיך דאגעגען שטארקען אין עבודת השם יתברך, און דורכ'ן היסח הדעת ווערט מען פטור פון דעם. 

בנוגע צו דעם אנדער ענין וואס דו שרייבסט, דארף מען אויך מסיח דעת זיין פון דעם און מרבה זיין אין אותיות התורה והתפלה. אויך אז דו זאלסט וויסען אויף אויסווייניג א פאר פרקים תניא און א פאר פרקים משניות און אויך דעם מאמר והדרת פני זקן בלקוטי תורה סוף פרשת קדושים. און דער עיקר איז ווי געזאגט פריער, צו מסיח דעת זיין פון דעם גאנצען ענין, און לעת עתה אפילו פון דעם תיקון, און זעלבסט-פארשטענדליך, אז די השתדלות מקרב זיין דעם צווייטען צו תורה ומצות, איז ממשיך די סייעתא דשמיא אין דעם וואס דער מענטש אליין נויטיגט זיך ובהצלחה, און זיכער טוסט דו אזוי בהנוגע צו דער סביבה בכלל, און צו דיינע חברים אין ישיבה בפרט, און השי"ת זאל דיר מצליח זיין. 

בברכה.