Letter # 3068

None

3068

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ט מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר אהרן שי'[1] הלוי וזוגתו הרבנית מרת חנה תחי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייערע בריף און אויך דעם גרוס דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר בן ציון שי' שם טוב שד"ר. און האפענטליך אז זעהענדיק אז מיט דער ביז יעצטיקער עניערגיע קען מען אויפטאן, וועט דאס ארויסרופען בא אייך נאר כחות אויף צו אויפטאן מכאן ולהבא ביתר שאת און מיט שמחה, וואס דענסטמאל טוט מען אויף כמה פעמים ככה.

ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף וועגען דער ארבעט פון טהרת משפחה און די גרינדונג פון א פרויען קאמיטע אין דעם. און השי"ת זאל העלפען אז זיי זאלען טאן ערנסט און ענערגיש ווי עס פאסט פאר דעם, וועט דאס זיכער זיין בהצלחה.

און איר דארפט זעהען באווארענען אז די קאמיטע זאל ניט האבען קיין פאליטישער חאראקטער. ד.ה. וועלכעס זאל זיין פארבונדען מיט אגודה אדער מזרחי, וואס טייל מאל האלט דאס אפ פילע פרויען פון צו באטייליגען זיך אין דעם. און עס איז העכסט וויכטיג אז די צאל מעמבערס און אקטיווע טוערס זאלן זיין אין א מאקסימום צאל.

בברכה.

  1. 1 פאפאק