Letter # 2939

י"ט אלול, תשי"ד

2939 - Don’t pray at home because people in shul are talking. Talk to them from the heart to change.

Utilize you influence for matters of Torah and Mitzvot

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ט אלול, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון ח"י אלול און איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם אז איר געדיינקט אייער חסידישע אפשטאמונג, און דער עיקר אז איר האלט אן אידישקייט מיט די חסידישע מנהגים אויך דא אין אמעריקא, און ווי עס איז באוואוסט דאס וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געזאגט, אז די סברה און טענה אז אמעריקא איז אנדערש ווי די אלטע היים, איז א טענה כוזבת, ווי עס ווערט ערקלערט בארוכה אין דער בייגעלייגטע חוברת.

דאס וואס איר שרייבט וועגען תפלה בצבור, איז דאס איינע פון די עיקרים. א זעלבסט פארשטענדליכע זאך איז אז ריידין דברי חול וואס איר הערט בשעתן דאוונען איז זייער א שטער, אבער צו דעם איז דאס ניט די עצה צו דאוונען ביחידות אין שטוב, נאר אדרבה אויסניצען די השפעה און די ווארימקייט וואס הקב"ה שיינקט א מענשן און איינווירקען אויך אויף דער סביבה אז זיי זאלען זיך אויפפירען אין שול, וואס דאס איז א מקום קדוש, ווי מען באדארף זיך אויפפירען אין א מקום קדוש. און אז מען רעט מיט א אידען, וואס יעדער איד איז זיין פינטעל איד גאנץ, ווען מען רעט צו עם הארציגג איז סוף כל סוף פועל'ט מען, און וואס דענסטמאל איז זכות הרבים תלוי בו. 

לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין אייך און אייערע קינדער אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אבער זיכער ווייסט איר דעם מנהג אז מען איז מזכיר מיטן אידישען נאמען און מיט דעם נאמען פון דער מוטער, איז ווען איר וועט מיר שרייבען די נעמען, וועל איך דאס מיט צופרידענהייט טאן.

און צום אנקומען פון נייעם יאר ווינש איך אייך א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

בברכת כוח"ט.

נ.ב.

לויטן ענוועלאפ זעה איך אז איר זייט סעקרעטאר פון א לאנדסמאנשאפט, האף איך אז איר ניט[1] אויס אייער השפעה דארטען פאר ענינים פון תורה ומצות וכל המוסיף מוסיפין לו. 

  1. 1 [צט]