Letter # 2937

יום הבהיר ח"י אלול, ה'תשי"ד

2937 Don’t rush to return the loan from the funds of the Rebbe, this may bring you blessings/success

The Talmud states that when Hashem shows Kindness expect for it to continue.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, יום הבהיר ח"י אלול, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייערע בריוו פון ה' עקב און ד' תצא, און עס האט מיר געפרייט צו לייענען אז אייער זון שי' פילט זיך שוין גוט און מסתם איז ער שוין געקומען אהיים בשעה טובה ומוצלחת.

אויך האט מיר געפרייט צו לייענען אז די געשעפטן האבן זיך פארבעסערט. לויט מאמר רז"ל (ב"ב יב, ב) אז כל המטיבין לי' איז דאס אויף א לאנגע צייט, זאל דער אויבערשטער העלפן אז אייערע געשעפטן זאלן גיין פון גוט צו בעסערס לאריכות ימים, סיי בגשמיות סיי ברוחניות.

איר דארפט זיך ניט איילן אומצוקערן געלט וואס כ'האב אייך געליען פון דער קופה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דערפאר וואס כ'האף אז עס וועט אייך ברענגען ברכה והצלחה.

בנוגע לשאלתו וועגן זיין אויפן ציון פון אייער פאטער ז"ל בתוך י"ב חודש, איז בכלל הענגט עס אפ במנהג המקום, דערפאר וואס עס זיינען פאראן ערטער וואו מ'טוט עס ניט בתוך י"ב חודש. אויב אבער עס איז ניטא א מנהג קבוע, ובפרט אז עס האנדלט זיך בימי אלול ותשרי ימי רצון, מאכט ניט אויס אז איר זאלט יא גיין.

מסתם ווייסט איר די מנהגים ווי מ'פירט זיך ווען מ'גייט אויפן בית החיים אויף קברי אבות, זיין אין וואסער בו ביום, טרינקען פארן גיין, אבער ניט עסן, וכו'.

בנוגע צו א תיקון וואס איר בעט און אויך א באווא[ר]עניש אויף להבא, איז די ערשטע זאך דארף מען אויפהערן טראכטן וועגן דעם ענין, ווארום דער טראכטן אליין ברענגט צו א מקרה בלתי טהור. בנוגע תיקון דארף מען מרבה זיין באותיות התורה והתפלה, זיין נזהר אין טבילת עזרא און געבן אויף צדקה בלי נדר אפטער און טאן אין א פאסנדן אופן בחינוך הכשר של בני ובנות ישראל. עס איז אויך א גלייכע זאך, אויב ס'איז שוין א לאנגע צייט ווי מ'האט בודק געווען די תפילין, זיי בודק צו זיין.

כ'האף צו הערן גוטע נייעס פון אייך בכל הנ"ל.

צום נייען יאר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, שיק איך אייך און אייערע בני בית שיחיו מיין ברכה, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגו"ר. 

בברכה.