Letter # 2850

ו' מנ"א, תשי"ד

2850 - Playing on horses is not a good idea for your son. It is a way to lose money.

Bring blessings to your home by saying at least one chapter of Psalms daily.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ו' מנ"א, תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 7/29, איך וועל מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

בנוגע צום זאגען תהלים אלע טאג, דארפט איר זעהען אז אייער מאן זאל טאן אזוי צו זאגען לכל הפחות א קאפיטל תהלים א טאג, וואס דאס בריינגט ברכה אין הויז.

דאס וואס איר שרייבט אז עס זיינען פראן אזעלכע וועלכע שלאגען פאר אז אייער זון זאל שפילען אויף רייסעס, איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף דאס ניט טאן וויילע דאס איז נאר א וועג אויף צו פארלירען געלט חס ושלום און השי"ת זאל עם געבען זיין פרנסה אויף א רוהיגען און כשר'ן וועג.

מיט א וואונש צו א געזונטען זומער און איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות וועגען די אלע זאכען וואס איר האט געשריבען אין אייער בריף.